אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פארפרוירן II"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 6:
אַגנאַר, דער קעניג פֿון אַרענדעל, זאגט זיינע צוויי טעכטער [[אנא (פארפרוירן)|אַנאַ]] און [[עלזא (פארפרוירן)|עלזאַ]] אז זייער זיידע, קעניג רונעאַרד, האט געמאכט אן אפמאך מיט די נאָרטאָלדרע עדה צו בויען א [[דאם|דאַמבע]] אין זייער פארכישופטער וואלד. קעניג רונעאַרד איז אבער געשטארבן אין א קאַמף וואס האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי עדהס. דער קאַמף אויפֿרייצט די [[פיר עלעמענטן|עלעמענטארע רוחות]] פונעם וואלד: ערד, וואסער, לופט און פייער. די רוחות אַנטרינען ווערן און א וואנט פון טומאַן כאפט דער גאנצער וואלד. אַגנאַר האט אנטגעלאפֿן מיט הילף פון אן אומבאקאנטער ראטעווער.
 
דריי יאר נאך איר קריינונגקאראנאציע (אינעם ערשטן פילם) פייערט קעניגין עלזאַ דער [[הארבסט|האַרבסט]] אינעם קעניגרייך מיט פּרינצעסין אַנאַ, אָלאַף דער שניימענטש, קריסטאָף און זיין רעניפֿער סווען. ווען עלזאַ הערט א מיסטישע שטימע, זי נאכפאלגט עס און וועקט די רוחות אָן א כוונה. זיי שטערן אַרענדעל און דער גאנצער קעניגרייך דאַרף זיך אויסליידיקן. גראַנד פּעבי און די טראָלן קומען אין אַרענדעל און פּעבי זאגט אז אלעמען דאַרפן געפֿינען דער אמת וועגן דעם עבר פון דאָס קעניגרייך.
 
עלזאַ, אַנאַ, אָלאַף, קריסטאָף און סווען פֿאָרן צו דער פארכישופטער וואלד נאך די מיסטישע שטימע. נאך וואס דער טומאַן צעשפּליטערט זיך ווען עלזאַ רירט אים, דער לופט-רוח קומט אלס א [[טארנאדא]] און שעפּט אריין זיי אלע. עלזאַ האלט דער טארנאדא, וואס מאכט אייז סקולפטורן. די שוועסטער געפֿינען אז די סקולפטורן באווייזן בילדער פון זייער זיידע'ס עבר און אז זייער מוטער, קעינגין אידונאַ, איז געווען א מיטגליד פון די נאָרטאָלדרע און זי האט ראטעוועט אַגנאַר. זיי טרעפֿן מיט די נאָרטאָלדרע און אן ארמיי פון אַרענדעלער סאלדאטן וואס זענען נאך ברוגז, און דערנאך קומט דער פייער-רוח. עלזאַ לערנט אז דער רוח איז א צעברויזיקע מאגישע סאַלאַמאַנדרע, און עלזאַ איינשטילט זי. עלזאַ און אַנאַ שטעלן אויף א פייער-איבעררייס צווישן די סאלדאטן און די נאָרטאָלדרע דורך מסביר זיין אז זייער מוטער איז געווען נאָרטאָלדרער און זייער פֿאָטער אַרענדעלער. שפעטער לערנען זיי וועגן א פֿינפֿטער רוח וואס וועט פֿאַראייניקן די מענטשן און דער נאַטירלעכער צויבער.