אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישער לוח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 142:
 
=== צוויי יאר וואס שטימען נישט ===
מיר ציילן היינט אז דאס יאר פון מולד תוהו (וואס איז דער מולד פון חודש תשרי פון איין יאר איידער [[אדם הראשון]] איז באשאפן געווארן) אלס יאר נומער 1, און דאס יאר וואס [[אדם הראשון]] איז באשאפן געווארן אלס יאר נומער 2, אבער אין סדר עולם ברענגט דער תנא בלויז די צאל יארן צווישן איין געשעעניש אין דעם צוויטן, נאטורליך קומט אויס אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן שנת 0. כראנאלאגיע שרייבער רעכענען זיך נישט מיט דער נקודה, און דערפאר איז דער גאנצער ערשטער העלפט פון [[סדר הדורות]] אדער [[צמח דוד]] פארגרייזט.{{מקור}}<ref>[[ארטסקרול גמרא מהדו' שוטנשטיין]] ערכין יג.</ref>
 
=== פארענטפערן די צווישנשייד פון 165 יאר ===
עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז עס איז א טעות, און די טעות נעמט זיך פון דעם וואס די [[נביא|נביאות]] פון [[דניאל]] קען זיין געטייטשט אז עס וועט זיין 490 יאר פון חורבן בית ראשון ביז חורבן בית שני, און רעכענונג צוריקוועגס קומט אויס די ערשטע בית המקדש איז חרוב געווארן אין 3338.