אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יונגע מוטאנטישע נינדזשא טשערעפאכעס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{יתום}}
[[טעקע:SDCC13 - TMNT (9348046202).jpg|קליין|230px|רעכטס צו לינקס: [[מיקעלאנדזשעלא (נינדזשא טשערעפאכעס)|מיקעלאַנדזשעלאָ]], [[לעאנארדא (נינדזשא טשערעפאכעס)|לעאָנאַרדאָ]], [[ראפאעל (נינדזשא טשערעפאכעס)|ראַפֿאַעל]] און [[דאנאטעלא (נינדזשא טשערעפאכעס)|דאָנאַטעלאָ]]]]
די '''יונגע מוטאַנטישע נינדזשאַ טשערעפּאַכעס''' ([[ענגליש]]: ''Teenage Mutant Ninja Turtles'', אין קורצן: ''TMNT'') זענען א פיקטיווע גרופע פון פיר [[מוטאציע|מוטאנטישע]] [[טשערעפאכע]]ס וואס זענען געהייסן נאך [[איטאליענער]] [[רענעסאנס]] קינסטלערס. זיי זענען טרענירט געווארן אין [[נינדזשא|נינדזשוצו]] דורך א מוטאנטישע [[שטשור]] אין די קאלוזשעס פון [[ניו יארק סיטי]] צו קעמפן קעגן פארברעכערס, שלעכטע איבערלארדן, אנדערע מוטאנטן און עליען אינוואזירערס, אבער זיי פרובירן צו באהאלטן זיך פון די מענטשן. די כאראקטערן זענען געשאפן געווארן דורך [[קעווין איסטמאן|קעווין איסטמאַן]] און [[פיטער לערד|פּיטער לערד]].
 
די נינדזשא טשערעפאכעס האבן אנגעהויבן אין [[קאמיקס]] ביכער פובליצירט דורך [[מיראזש סטודיא|מיראַזש סטודיא]] און זענען שפעטער געווען אין [[אנימאציע|אנימירטע]] [[טעלעוויזיע פראגראם|טעלעוויזיע סעריע]]ס, [[פילם|פילמען]], [[ווידעא שפיל]]ן, [[שפילכל]]עך און אנדערע פראדוקטן. אין דער הויכפונקט פון די קאנצעסיע'ס פאפולאריטעט אין די לעצטע 1980ער און פריע 1990ער יארן האט עס געברענגט אן אינטערנאציאנאלע הצלחה און בארימטקייט.