אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זייט יאנואר 2020 מער נישט קיין מיטגליד אינעם אייראפעאישן פארבאנד
שורה 94:
 
מיט א קורצן בליק:
דער [[אינזל פון ווייט]] געפינט זיך אינעם ענגלישן קאנאל אויף דרום פון דעם מפאראייניקטן קעניגרייך. דאס אינדזל ציט צו א סך טוריסטן, ווייל דער וועטער איז געוויינטעך מילד און זוניק. דעם אינדזלס הויפט חיונה קומט פון עירקרעפט פאבריצירונג וועלכע גייט שוין אן דארט פון פאר דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט-מלחמה]]. [[ענגלסי]] געפינט זיך אינעם אירישן ים, האט א סך געליטן פון אלע בריטישע מלחמות.
[[ענגלסי]] געפינט זיך אינעם אירישן ים, האט א סך געליטן פון אלע בריטישע מלחמות.
 
סילי, געפינט זיך אינעם אטלאנטישן אקעאן, איז באמת צענדליקער קליינע אינדזלען און גרויסע שטיינער אין א צוזאמענגענומענעם שטח. אינגאנצן פינף פון די אינדזלען זענען באוווינט מיט קנאפע 3,000 מענטשן. זיי פלאנצן בלומען און גרינסן וועלכע זיי שיקן צום מארק קיין לאנדאן.
שורה 112 ⟵ 111:
== נאטורליכע ראיאנען און טאפאגראפיע ==
 
די אינזלען פון גרויסבריטאניע קען צוטיילט ווערן אויף צוויי הויפט נאטורליכע ראיאנען – די הויכלאנד זאנע און די נידריגלאנד זאנע. די הויכלאנד זאנע איז פיל מיט הויכע בערג און מאונטענס אויף צפון און מערב. די נידריגלאנד זאנע באשטייט מיינסטענס פון פשוטע אויבערפלאך אן קיין שום באזונדערע דעקארירונג. די זאנעס לויפן אויף אן אויסגעטראכטע ליניע, לויפנדיג אריין אין ענגלאנד פון די וואסער ביים דרום-מערב ברעג ביז צום וואסער ביים צפון-מזרח ברעג. די נידריגלאנד זאנע האט א מילדערע קלימאט און בעסערע ערד פאר פארמינג. רוב מענטשן אין בריטאניע האבן שטענדיג געוואוינט אין די נידריגלאנד זאנע.
די נידריגלאנד זאנע האט א מילדערע קלימאט און בעסערע ערד פאר פארמינג. רוב מענטשן אין בריטאניע האבן שטענדיג געוואוינט אין די נידריגלאנד זאנע.
 
 
שורה 162 ⟵ 160:
בריטאניע האט די רייכסטע ענערגיע קוועלער אין דעם [[אייראפעאישער פארבאנד|אייראפעאישן פאראיין]], באקאנט אלס אי.יו., מיט א פלאס פון אויל און נאטורליכע גאז וועלכע זענען א וויכטיגער טייל פאר די בריטישע עקענאמיע. ביז די זיבעציגער יארן האט בריטאניע פראדוצירט ווייניג אויל וועלכע איז געווען ווייט פון גענוג פאר דאס לאנד. אין 969' האט מען געטראפן פילע אוצרות פון אויל אינעם צפון ים אויפ'ן מזרח ברעג פון בריטאניע. אין יאר 975' איז דער פראיעקט געענדיגט געווארן און מען האט אנגעהויבן ארויסגראבן מיליאנען פעסלעך אויל. היינט צו טאג איז בריטאניע די אכט גרעסטע פראדוצירער פון אויל און נאטורליכע גאז. אלע אויל עקספארטס גייען צו אייראפעאישע לענדער.
בריטאניע פארמאגט אויך אסאך נוקלעארע ענערגיע איינארדענונגען וועלכע צווינגט איר נישט צו גראבן פאר אזויפיל אויל און קוילן ווי אין דער פארגאנגענהייט. אלעס צוזאמען טוט אירע ענערגיע קוועלער איר געבן 27 פראצענט פון דאס לאנד'ס ענערגיע געברויך. די איבריגע אימפארטירט זי פון אנדערע לענדער.
 
 
=== ענוויראמענטאלע פראגעס ===
שורה 169 ⟵ 166:
 
נישט אומזיסט איז בריטאניע אזוי פארזיכטיג אין ענווייראמענטל באשיצונג, זייענדיג די ערשטע אינדוסטריאלע לאנד האט זיך איר געמאכט אסאך ענווייראמעטל פראבלעמען וועלכע מען האט קריטיש געמוזט פאררעכטן. איינע פון די ערגסטע ענווייראמענטל פראבלעמען וואס פלאגט נאך היינט בריטאניע איז די לופט פארפעסטיגונג. זעענדיג אז עס קען קומען צו א קאטאסטראפע האט בריטאניע דורכגעפירט אין 955' דער "ריינער לופט אקט" וועלכע האט שטארק געהאלפן רעדוצירן לופט פארפעסטיגונג. דער אקט האט פארלאנגט אלע ביזנעסער און אויטא אייגנטומער צו נוצן בעסערע גאזן און האט געשניטן די קוילן גראבונג מיט צוויי דריטל.
 
 
=== חיות און בהמות ===
שורה 205 ⟵ 201:
די [[פאראייניגטע קעניגרייך]] גאראנטירט אירע סיטיזענס מיט א פרייהייט פון רעליגיע. דאס לאנד האט טאקע נאכגייער פון אלע רעליגיעס אין די וועלט. רוב בריטישע זענען נישט קיין פולשטענדיגע גלויביגע און האבן נישט קיין שום שייכות צו סיי וועלכע רעליגיע. די איינציגסטע ארט ווי די מענטשן האלטן זיך רעליגיעז איז צפון אירלאנד.
מיינסטענס גלויביגע זענען קריסטליכע מיט פארשידענע ערליי נעמען. אראבער פעלט נישט אין בריטאניע. עס וואוינען היינט נאנט צו 2 מיליאן אראבער אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך. די אידישע געמיינדע דערגרייכט היינט צו 258,000 מענטשן און איז די צווייט גרעסטע אידישע קאמיוניטי אין מערב אייראפע. (מער וועגן אידן אין דאס פאראייניגטע קעניגרייך אי"ה אין די קומענדיגע וואכן).
 
 
== לעבנ'ס סטיל ==
שורה 225 ⟵ 220:
א דוגמה וואס טייטש איבערגעגעבנהייט איז געווען אין די מיטעלע 90'גער יארן ווען די רעגירונג האט געזען אז די קאסטן ווערן טייערער און מענטשן קענען זיך נישט שפארן גענוג געלטער צו קויפן הייזער. האט די רעגירונג אנגעהויבן בויען פאבליק הואזינג, ווערט אויך אנגערופן קאונסיל האוזינג, אין וועלכע די סטעיטס האבן אויסגעלייגט א טייל פון די רענט פון די ארימערע מענטשן. שפעטער האט די רעגירונג געגעבן ספעציעלע פראגראמען וויאזוי מען זאל קענען מיט די רענט וואס מען צאלט אפקויפן די הייזער. היינט צו טאג האבן נאנט צו 70 פראצענט בריטישע איינוואוינער זייערע אייגענע אפגעקויפטע הייזער אין פארגלייך צו קוים 50 פראצענט אין 970'.
ווייניג מענטשן וואס רעדן זיך היינט אפ אויף די רעגירונג בנוגע האוזינג. דאס איז ווייל די רעגירונג איז זייער פונקטליך און מסודר פאר וועמען צו געבן מער בענעפיטן און פאר וועמען ווייניגער. ווער עס האט א קרוב ערגעץ וואו אין בריטאניע קען יענעם אנפרעגן און הערן זיין צופרידנהייט בנוגע דעם אישו.
 
 
== מוזייען און ביבליאטעקן ==
שורה 286 ⟵ 280:
 
דאס פאראייניגטע קעניגרייך איז א פארלימענטרי [[מאנארכיע]]. דאס טייטש, דער פירער פון שטאט איז א מאנארך (קעניג) מיט באגרעניצטע קראפטן. בריטענס דעמאקראטישע רעגירונג איז באזעצט אויף א קאנסטיטוציע וואס איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון פילע דאקומענטן און געזעצן וואס זענען אויפגעצויגן געווארן במשך די יארן. די פארלימענט, וועלכע איז די לעגיסלאטור, באשטייט פון די הויז אף לארדס (העכערע הויז אין די פארלימענט וועלכע ווערן נישט ערוועלט דורך סתם וויילער), און הויז אף קאמאנס (נידעריגערע טייל אין פארלימענט וועלכע איז צאזאמענגעשטעלט פון צענדליגער פארלימענט מעמבערס וועלכע האבן מער קראפט ווי די קאנגרעס לייט ביי אונז אין אמעריקע.
די הויז אף קאמאנס איז די עצם רעגירונג אין דעם פארלימענטרי סיסטעם, דאס טייטש אז די עקזעקיוטיוו איז נישט אפגעטיילט פון די לעגיסלאטור. די עקזעקיוטיוון, אריינגערעכנט דער טשיף עקזעקיוטיוו (דער פרעמיער מיניסטער) זענען אלע מיטגלידער אין די הויז אף קאמאנס. יעדער עקזעקיוטיוו איז א מיניסטער פאר א געוויסע אפטיילונג ווי למשל געזונטהייט, עדזשיוקעישן, דעפענס, א.א.וו. די בריטישע קאנסטיטוציע איז בעיקר געבויט אויף צוויי געשריבענע קאנסטיטוציע דאקומענטן. די ערשטע דאקומענט איז פון יאר 215' וועלכע איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלטסדיגן קעניג דזשאן. די צווייטע העלפט איז צוגעקומען אין יאר 628' און איז געווארן צוזאמענגעשטעלט דורך די פארלימענט. בריטענ'ס קאנסטיטוציע ערלויבט צו טוישן אדער צולייגן געזעצן אויב דאס ווערט באשטעטיגט מיט א מערהייט אין הויז אף קאמאנס און ווערט געזיגלט דורכ'ן קעניג אדער קעניגן. אזויווי אנדערע לענדער קומען כסדר צו נייע געזעצן און פארגרעסערן די קאנסטיטוציע.
די בריטישע קאנסטיטוציע איז בעיקר געבויט אויף צוויי געשריבענע קאנסטיטוציע דאקומענטן. די ערשטע דאקומענט איז פון יאר 215' וועלכע איז געשריבן געווארן דורך דעם דעמאלטסדיגן קעניג דזשאן. די צווייטע העלפט איז צוגעקומען אין יאר 628' און איז געווארן צוזאמענגעשטעלט דורך די פארלימענט. בריטענ'ס קאנסטיטוציע ערלויבט צו טוישן אדער צולייגן געזעצן אויב דאס ווערט באשטעטיגט מיט א מערהייט אין הויז אף קאמאנס און ווערט געזיגלט דורכ'ן קעניג אדער קעניגן. אזויווי אנדערע לענדער קומען כסדר צו נייע געזעצן און פארגרעסערן די קאנסטיטוציע.
 
 
=== די מאנארכיע ===
שורה 312 ⟵ 304:
=== יוסטיץ ===
די יוסטיץ סיסטעם וואס מיר זעען היינט אין די דעמאקראטישע לענדער איז נאכגעמאכט בריטאניע וועלכע האט אראפגעשטעלט די יושר'דיגע יסודות פאר א דעמאקראטישע יוסטיץ סיסטעם וועלכע גיט די רעכט פאר א ריכטער צו פסק'נען, אדורכפירן א פרישע געזעץ, די פארטיידיגונג און פראקורירן (באקאנט אלס פראסיקיושן און דעפענס), און צום וויכטיגסטן די השערה אז יעדער מענטש איז אומשולדיג אזוי לאנג ביז ער ווערט נישט אויפגעוויזן שולדיג ("אינאסינט אנטיל פראווען גילטי").
די יוסטיץ סיסטעם אין בריטאניע וואס פראטיקירט געזעץ איז צוטיילט צו סאליסיטארן (די טשיף אפיציר פאר אלע לעגאלע מאטעריעס אין א שטאט, דערפל, אדער רעגיורנג אפטיילונג) און באריסטארן (אן אדוואקאט וועלכער רעפרעזענטירט א קליענט און די העכערע געריכטן). סאליסיטארן שטודירן און בעארבעטן געזעץ און די באריסטארן טראגן אריין די באשולדיגונגן אדער געזעצן פארשלאגעס אין געריכט. פארשטייט זיך אז די אויסשטעל פון דעם געריכט האט גענומען יארן און האט זיך געבויט אויף לעקציעס. יעדעס דורכפאל אדער פראבלעם האט געפירט צו א טויש אין די יוסטיץ סיסטעם. היינט איז די סיסטעם שוין סטאביל און ווערט מער נישט געטוישט.
פארשטייט זיך אז די אויסשטעל פון דאס געריכט האט גענומען יארן און האט זיך געבויט אויף לעקציעס. יעדעס דורכפאל אדער פראבלעם האט געפירט צו א טויש אין די יוסטיץ סיסטעם. היינט איז די סיסטעם שוין סטאביל און ווערט מער נישט געטוישט.
 
 
=== פאליטישע פארטייען ===
שורה 348 ⟵ 338:
די ערשטע אפיציעלע בריטישע ארמיי איז אויפגעשטעלט געווארן פאר בערך דריי הונדערט יאר צוריק מיט עטליכע צענדליג טויזנטער סאלדאטן. היינט באשטייט די ארמיי פון אלע ערליי טרופן ווי: אינפאנטרי (פוס גייענדיגע טרופן), קאוואלרי (אמאל געווען די טרופן וואס האבן געריטן אויף פערד. היינט זענען זיי אין טאנקן אדער אנדערע באשוצטע טראקס), און עיר קארפס (די וואס דרייוון די העליקאפטערס). בריטאניע פארמאגט אויך א שיינע צאל פון ספעציעלע כוחות וועלכע קומען גוט צוניץ אין אפגאניסטאן אין די אנגייענדיגע קריג קעגן טעראריזם.
אין די ארמיי איז פאראן עטליכע קליינע שטיצע גרופעס וואס זענען א טייל פון די ארמיי אבער זענען פארט נישט קייין סאלדאטן. דאס רעכנט אריין די ראיעל ארטילערי, די ראיעל ענדזשינירס, די ראיעל סיגנעלס (זענען געשטעלט פאר קאמיוניקאציע), די ראיעל אינטעליגענץ קארפס, די טעריטאריעל ארמיי (אויך באקאנט אלס די מיליטע אדער וואלונטיר פארס. ענליך צו די נעשאנעל גארד אין אמעריקע.
 
 
=== דער קעניגלעכער לופטפלאט ===
שורה 367 ⟵ 356:
 
עס וואוינען היינט צו טאג אין בריטאניע א געשאצטע 400,000 יידן פון דעם א שיינע צאל שמרי תורה ומצוות. די יידן וואוינען אין די גרויסע שטעט אין ענגלאנד אבער ווייניג אין סקאטלאנד, וויילס, און צפון אירלאנד. עס זענען אויך פאראן יידן אויף די ארומיקע בריטישע אינדזלען, רוב פון זיי אויף די [[טשאנעל אינדזלען]].
 
 
 
== רעפערענצן ==
{{רעפליסטע}}
שורה 375 ⟵ 361:
{{לענדער פון אייראפע}}
{{פאראייניגטע קעניגרייך}}
{{פאראייניגטע קעניגרייך ראיאנען}}{{G8 שטאטן}}
 
{{EU מיטגלידער}}
{{G8 שטאטן}}
{{רעקאמענדירטער ארטיקל}}