אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אטאם"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ס'איז נאך אין מיטן
בילד ביים אנהייב
שורה 1:
[[Image:Helium atom QM.svg|300px|לינקס|העליום אטאם גרונט מצב]]
דער '''אטאם''' איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון [[מאטעריאל]] וואס איז אומטיילבאר אין א כעמישער רעאקציע. יעדער [[סאלידער קערפער]], [[פליסיקייט|פליסיגקייט]], [[גאז]] און [[פלאזמע]] באשטייט זיך פון נייטראלע אדער [[יאנען|יאניזירטע]] אטאמען. אטאמען זענען זייער קליין—די טיפישע גרויס פון אן אטאם איז 100 [[מעטער|פיקאמעטער]]. מ'קאן ריכטיג נישט באשרייבן די [[באוועגונג|באוועגונגען]] און [[אייגנטום|אייגנטומען]] פון זאכן אויף אזא קליין שאל מיט [[קלאסישע מעכאניק|קלאסישער מעכאניק]] און מ'דארף נוצן [[קוואנטן-מעכאניק]] כדי צו פארשטיין און פאראויסזאגן זייערע אויפפירונגען.
 
יעדער אטאם באשטייט פון אן [[אטאמקערן]] און א צאל [[עלעקטראן|עלעקטראנען]] וועלכע זענען פארבונדן צום אטאמקערן דורך [[עלעקטראמאגנעטיזם|עלעקראמאגנעטישער קראפט]]. דער אטאמקערן באשטייט זיך פון א צאל [[פראטאן|פראטאנען]] און [[נייטראן|נייטראנען]]. [[וואסערשטאף]] איז דער איינציגער אטאם וואס האט קיין [[נייטראן|נייטראנען]] אין זיין אטאמקערן. [[פראטאן|פראטאנען]] און [[נייטראן|נייטראנען]] זיינען ביידע גערופן [[נוקלעאן|נוקלעאנען]]. פראטאנען האבן א פאזיטיווע עלעקטרישע לאדונג, עלעקטראנען האבן א נעגאטיווע לאדונג און נייטראנען האבן נישט קיין לאדונג (ווי זייער נאמען באדייט). דערפאר האט דער אטאמקערן א טבע ציען צו זיך אזוי פיל עלעקטראנען ווי ער האט פראטאנען. ווען אט די צאלן זענען גלייך איז די לאדונג פונעם אטאם נייטראל. ווען אן אטאם פעלט עלעקטראנען (ד.ה. עלעקטראנען זענען פאראן ווינציגער ווי פראטאנען) הייסט ער א פאסיטיווער [[יאן]] ווייל די סך-הכל לאדונג איז פאזיטיוו און אזוי אויך פארקערט—ווען ער האט "איבעריקע" עלעקטראנען הייסט ער א נעגאטיווער יאן.
 
דערדי גרויס פון אן אטאםקערן איז בערך צען טויזענדטויזנט מאל קלענער ווי דער אטאם גופא. די פראטאנען און נייטראנען פונעם אטאמקערן זענען זיך פארבונדן איינעם צום צווייטן דורך די [[שטארקע קראפט|נוקלעארע קראפטן]] וועלכע זענען פון אזוי נאענט שטארקער פון די [[עלעקטראמאגנעטיזם|עלעקראמאגנעטישער קראפט]] וואס שטויסט לאדונגען מיט זעלבע צייכן אוועק איינער פון דאס אנדערער. די מאסע פון א נוקלעאן איז בערך א טויזנט מאל גרעסער ווי די מאסע פון אן עלעקטראן און דעריבער ווענדט די מאסע פון אן אטאם מערסטנס אויף דער צאל נוקלעאנען וואס רופט זיך די [[אטאם-מאסע]]. די [[כעמיע|כעמישע]] אייגנטומען ווענדן זיך אויף די עלעקטראמאגנעטישע כוחות און דעריבער אויף דער צאל פראטאנען אדער [[אטאם נומער|אטאם-נומער]] וואס באשטימט די כעמישע עלעמענט (יסוד-טיפ) פון דעם אטאם. למשל יעדער קופער אטאם אנטהאלט 29 פראטאנען. דער צאל נייטראנען באשטימט דער [[איסאטיפאיזאטאפ]] פונם עלעמענט.
 
אטאמען קענען זיך פערבונדןפארבונדן איינעם צום אנדערן דורך [[כעמישע פארבינדונג|כעמישע פארבינדונגען]] און ווערן א טייל פון א [[מאלעקול]], אדער א [[סאלידער קערפער]]. כעמיע איז דער אפטייל פון וויסנשאפט וואס איז חוקר די נייגונג פון אטאמען צו מאכן און ברעכען אזעלכע פערבינדונגען.
 
== געשיכטע פון אטאמישע טעאריע ==
דער דעה (ס'איז נאך נישט געווען א [[טעאריע|וויסנשאפטליכער טעאריע]] לויטןלויט מאדערנעדער מאדערנער באדייטונג) אז מאטעריע באשטייט זיך פון אומטיילבאר יחידים איז גאר אן אלטער און האט זיך דערשיינט אין די אור-אלטע סיוויליזאציעס פון גריכענלאנד און אינדיען. אין דער אמאליגער גריכישער שפראך מיינט דאס ווארט אטאמאס "אומטיילבאר." די [[פילאסאף]] [[דעמאקריטוס]] האט שטארק געהאלטן פון אן מין אטאמישע טעאריע און עפיקורוס האט דאס שפעטער פארבעסערט און צעשפרייט. אין [[מיטל אלטער|מיטל-אלטער]] איז זייער דעה פון אטאמיסם פארשוואונן געווארן פון [[מערב-אייראפע]] אבער האט איבערגעלעבט ביי עטליכע [[איסלאמישע]] [[פילאסאף|פילאסאפן]].
 
אין פערצנטן יארהונדרעט איז אנפלעקט געווארן פונדאסניי עטליכע ביכער וואס באהאנדלנן זיך מיט אטאמיסם, אבער די דעה איז געווען צו פיל איינגענומען מיט די דעות פון עפיקורות און דעריבער האט מען זיי געהאלטן פאר [[אפיקורסות]] (לויטן קריסליכער געמיין). פונדעסוועגן איז עס אנגענומען געווארן מיט עטליכע שינוים ביי דער שפעטערדיקע וויסנשאפטליכער קהילה ובתוכם [[אייזיק ניוטאן]] און ראבערט בויעלבויל.
 
אין אנהייב ניינצנטן יארהונדרעטיארהונדערט האט [[דזשאן דאלטאן]] גענוצט די אטאמישע דעה כדי מסביר צו זיין פארוואס עלעמענטן שטענדיק ווירקעןווירקן זיך אין פראפארציעס פון [[גאנצע צאל|גאנצע צאלן]]. למשל ס'געפינט זיך צוויי סארטן [[בלעכזויער|בלעכזויערקייטן]]: איינער איז 88.1% [[בלעך]] און 11.9% [[זויערשטאף]] דער צווייטער איז 78.7% בלעך און 21.3% זויערשטאף. דאס מיינט אז ווען מברענט 100 גראם בלעך וועט זיך צוזאמענבונדן אי מיט 13.5 ג. אי מיט 27 ג. זויערשטאף. די פראפארציע פון אט די צוויי נומערס איז 1:2. אזוי געפינט מען אין אלגעמיין און עס איז אנגענומען אלץ חוק אין כעמיע אונטערן נאמען [[חוק פון פילפאך פראפארציעס]] אדער דאלטאןס חוק.
 
דער פיזיקער [[דזשאסעף דזשאן טאמפסאן|דזשאסעף דזש. טאמפסאן]] האט געמאסטעט די מאסע פון [[קאטאדשטראלן]] און באווייזט אז זיי זענען יחידים אבער זיי זענען געווען 1800 מאל לייכטער פון דער לייכסטע אטאם [[וואסערשטאף]].
 
 
אמאל האט מען געמיינט אז דאס איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון אלעם, למעשה נאכדעם האט מען אויסגעטראפן וויאזוי צו באפרייען די עלעקטראנען און צו שפאלטן און פארגרעסערן די אטאמקערנען דורך [[יאדער-שפאלטונג]] און [[יאדער-פלוס]].
 
אין דעם אפגעשלאגענעם בילד פון [[ניעלס באהר]] דרייען די עלעקטראנען ארום דעם אטאמקערן ווי פלאנעטן אין א "[[זון סיסטעם]]", אבער שפעטער איז געוואר געווארן דורן [[ווערנער הייזנבערג|הייזנבערגס]] [[אומזיכערקייט פרינציפ]] אז מ'קאן נישט פארשטעלן בשום אופן די באוועגונג פון אן עלעקטראן מיט א שטעג אין פלאץ און צייט, און די טבע פון זאכן אויף אזא קליינער סקאלע קאן באשרייבט ווערן נאר אין דער לשון פון [[משמעותדיקייט|ווארשיינליכקייט]].
[[טעקע:Atomstructure.gif|לינקס|אטאם סטרוקטור]]
== געבוי פונעם אטאם ==
דער אטאם איז צאמגעשטעלט פון א קליינעם שווערן קערן, וואס זיין מאסע איז 99.98% פון דער גאנצער מאסע און זיין גרייס איז איין הונדערט־טויזנטסער טייל פון דער גאנצער גרייס פונעם אטאם, מיט א פאזיטיווער [[עלעקטרישע לאדונג|לאדונג]], און ארום דעם קערן געפינען זיך [[עלעקטראן|עלעקטראנען]], וואס זענען קאנצענטרירט אין ראיאנען אזוי ווי שאלאכצן, מיט א נעגאטיווער לאדונג.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אטאם"