אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פארפרוירן II"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט '{{DISPLAYTITLE:''פארפרוירן II''}} קליין '''פֿאַרפֿרוירן II''' אדער '''פֿאַרפֿרוירן 2'...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 2:
[[טעקע:Frozen 2 Logo.png|קליין]]
'''פֿאַרפֿרוירן II''' אדער '''פֿאַרפֿרוירן 2''' ([[ענגליש]]: ''Frozen II'') איז אן אמעריקאנישער [[קאמפיוטער אנימאציע|קאמפיוטער-אנימירטער]] [[פאנטאזיע]]-[[קאמעדיע]] [[מוזיקפילם]] פון 2019. ער איז דער המשך-פילם פון "[[פארפרוירן (2013 פילם)|פֿאַרפֿרוירן]]" (2013) און איז ווידער רעזשיסירט געווארן דורך [[קריס באק|קריס באַק]] און [[דזשעניפער לי|דזשעניפֿער לי]], מיט די באטייליקונג פון די זעלבע מאנשאפט.
 
== געשיכטע ==
אַגנאַר, דער קעניג פֿון אַרענדעל, זאגט זיינע צוויי טעכטער [[אנא (פארפרוירן)|אַנאַ]] און [[עלזא (פארפרוירן)|עלזאַ]] אז זייער זיידע, קעניג רונעאַרד, האט געמאכט אן אפמאך מיט די נאָרטאָלדרע עדה צו בויען א [[דאם|דאַמבע]] אין זייער פארכישופטער וואלד. קעניג רונעאַרד איז אבער געשטארבן אין א קאַמף וואס האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי עדהס. דער קאַמף אויפֿרייצט די [[פיר עלעמענטן|עלעמענטארע רוחות]] פונעם וואלד: ערד, וואסער, לופט און פייער. די רוחות אַנטרינען ווערן און א וואנט פון טומאַן כאפט דער גאנצער וואלד. אַגנאַר האט אנטגעלאפֿן מיט הילף פון אן אומבאקאנטער ראטעווער.
 
דריי יאר נאך איר קריינונג (אינעם ערשטן פילם) פייערט קעניגין עלזאַ דער [[הארבסט|האַרבסט]] אינעם קעניגרייך מיט פּרינצעסין אַנאַ, אָלאַף דער שניימענטש, קריסטאָף און זיין רעניפֿער סווען. ווען עלזאַ הערט א מיסטישע שטימע, זי נאכפאלגט עס און וועקט די רוחות אָן א כוונה. זיי שטערן אַרענדעל און דער גאנצער קעניגרייך דאַרף זיך אויסליידיקן. גראַנד פּאַבי און די טראָלן קומען אין אַרענדעל און פּאַבי זאגט אז אלעמען דאַרפן געפֿינען דער אמת וועגן דעם עבר פון דאָס קעניגרייך.
 
עלזאַ, אַנאַ, אָלאַף, קריסטאָף און סווען פֿאָרן צו דער פארכישופטער וואלד נאך די מיסטישע שטימע. נאך וואס דער טומאַן צעשפּליטערט זיך ווען עלזאַ רירט אים, דער לופט-רוח קומט אלס א [[טארנאדא]] און שעפּט אריין זיי אלע. עלזאַ האלט דער טארנאדא, וואס מאכט אייז סקולפטורן. די שוועסטער געפֿינען אז די סקולפטורן באווייזן בילדער פון זייער זיידע'ס עבר און אז זייער מוטער, קעינגין אידונאַ, איז געווען א מיטגליד פון די נאָרטאָלדרע און זי האט ראטעוועט אַגנאַר. זיי טרעפֿן מיט די נאָרטאָלדרע און אן ארמיי פון אַרענדעלער סאלדאטן וואס זענען נאך ברוגז, און דערנאך קומט דער פייער-רוח. עלזאַ לערנט אז דער רוח איז א צעברויזיקע מאגישע סאַלאַמאַנדרע, און עלזאַ איינשטילט זי. עלזאַ און אַנאַ שטעלן אויף א פייער-איבעררייס צווישן די סאלדאטן און די נאָרטאָלדרע דורך מסביר זיין אז זייער מוטער איז געווען נאָרטאָלדרער און זייער פֿאָטער אַרענדעלער. שפעטער לערנען זיי וועגן א פֿינפֿטער רוח וואס וועט פֿאַראייניקן די מענטשן און דער נאַטירלעכער צויבער.
 
עלזאַ, אַנאַ און אָלאַף ממשיך זיין אָן קריסטאָף און סווען. זיי געפֿינען די שיף וואס האט געקראכט מיט זייערע עלטערן; זי אנטהאלט א מאפע מיט א וועג צו דער אַטאָהאָלאַן, א מיטאלאגישער טייך וואס לויט זייער מוטער האט אלע די טייטשן איבער דעם עבר. עלזאַ שיקט אַנאַ און אָלאַף אוועק און גייט זיך אליין. זי געפֿינט און מוסטירט דער נאָק, דער וואסער-רוח וואס באשיצט דער ים איידער אַטאָהאָלאַן. ווען זי דערגרייכט לערנט עלזאַ אז די שטימע וואס האט גערופֿן זי איז געווען פון אידונאַ; אז די נאטור האט געגעבן עלזאַ אירע כוחות ווייל אידונאַ האט אַגנאַר געראטעוועט; און אז עלזאַ זיך איז דער פֿינפֿטער רוח.
 
דערנאך לערנט עלזאַ אז די דאַמבע איז געבויט געווארן צו רעדוצירן די רעסורסן פון די נאָרטאָלדרע ווייל קעניג רונעאַרד האט געוואלט פארנעמען די געגנט. אויך לערנט זי אז ער האט דערמארדעט דער פירער פון נאָרטאָלדרע און אנגעהויבן דעם קאנפליקט. עלזאַ שיקט די אינפארמאציע צו אַנאַ איידער וואס זי פֿרירט צוליב גיין טיף אריין אין דער אַטאָהאָלאַן. דאס מאכט אָלאַף אנהויבן פֿאַרכליניען זיך.
 
אַנאַ באקומט די מעלדונג פון עלזאַ און לערנט אז די דאַמבע דאַרף ווערן צעשטערט צו געבן די רואיקייט צוריק. אַנאַ געפֿינט און וועקט די ערד-גיגאנטן און פירט זיי צו די דאַמבע. די גיגאנטן ווארפן פֿעלדזן קיין אַנאַ וואס צעשטערן די דאַמבע. דאס שיקט א פֿאַרפֿלײץ לענגאויס דער [[פיארד|פֿיאָרד]] קיין דאָס קעניגרייך. עלזאַ טייעט זיך און קומט צוריק אין אַרענדעל. זי אָפּווענדט דער פֿאַרפֿלײץ און ראטעוועט דאָס קעניגרייך.
 
ווען דער טומאַן-וואנט איינגייט קומט עלזאַ צוריק צו אַנאַ, און זיי בויען אָלאַף ווידער א מאל. קריסטאָף בעט פון אַנאַ צו הייראטן אים און זי מסכים זיין. עלזאַ מסביר זיין אז זי און אַנאַ זענען דער "בריק" צווישן די מענטשן און די מאגישע רוחות. אַנאַ ווערט די נייע קעניגין פון אַרענדעל און עלזאַ ווערט די באשיצערין פונעם פארכישופטער וואלט, וואס אפט קומט צוריק אין אַרענדעל נאך די רואיקייט איז ווידער דא.
 
== שטימע אקטיארן ==