אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
SPELLING
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 101:
בן יהודה איז געווען אזוי צוגעבונדען דעם שפארך, אז ווען זיין זיהן [[בן ציון בן יהודה]] איז געבוירן האט ער אפגעמאכט ער וועט בכלל נישט רעדן מיט אים נאר העברייאש, ער האט אפגעמאכט אז ער וויל נישט זיינע קינדער זאלן האבן א שייכות מיט די גאס ארום, ווייל אנדערע קינדער רעדן דאך אידיש, אדער ספרדית, און זיינע קינדער וועלן נאך פארגעסן דאס לשון קודש שפראך, דעריבער האט ער זיי נישט געלאזט האבן מיט קיינעם קיין שייכות ער האט זיי איינגעשפטרט ביי זיך אין שטוב, ביז דריי יאר האט דאס קינד בכלל נאך נישט געקענט רעדן געהעריג (חיי ומפעלו ע' 25).
 
זיין חבר [[יחיאל מיכל פינס]] האט אים אמאל געבעטן ער זאל עס נישט טוהן, ווייל זיין זוהן קען אויפוואקסן נישט נארמאל, ער קען נישט געהעריג רעדן, ער האט נישט קיין חברים ווייל קיינער קען נאך נישט די שפראך, אבער בן יהודה איז געווען פאר'עקש'נט, ער האט גע'טענה'ט מען זוהן דארף זיין א סעמפעל א ראיה פאר אנדערע, ער האט דאן געזאגט: '''"כדאי הוא הלשון העברית לאבד על ידה את כשרונות בנו"''' (מפעל חייו עמוד 14) עס איז כדאי דעם העבראישער שפראך אז די כשרונות פון מיין קינד זאל פארלוירן ווערן.
 
עס דארף באטאנט ווערן וואס די פרומע אידן האבן דאן געזאגט, אז נאך דעם וואס די חכמים און רבנים אין ירושלים האבן אים מחרים געווען האט ער אין פאקט געליטן גאר אסאך, פיר חדשים נאכן חרם איז זיין ערשטע פרוי געשטארבן פון דער ביטערער מחלה פון [[אסכרה]], אויך זענען דאן געשטארבן זיינע דריי קינדער זיין זון אבי חיל, און זיינע צוויי טעכטער עטרת און שלומית. ווי זיין תלמיד פארציילט האט די מאמע פון בן יהודה געזאגט אז זי זעט אין דעם דעם "אצבע אלהים" א צייכן פון גאט וויבאלד ער קריגט זיך מיט די פרומע (חייו ומפעלו ע' 43).