אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נישט קיין איינזייטיקע מיינונגען
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
== פירער פון סאטמאר ==
אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין [[ברוקלין]], ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט [[אליעזר קעסטענבוים]] און [[ברוך מרדכי אקערמאן]], היינט באקאנט אלץ פרידמאנר' משה'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסן מיט דער מיינונג אז מ'דארף נעמען אן אגרעסיוון וועג ווען עס קומט צו פארטיידיגן די סאטמארער אינטערעסן. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א [[פארווערטס]] טראק אין [[איסט ריווער]] ווייל עס האט געשריבן נעגאטיווע באשרייבונגען אויף סאטמאר.
 
אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום סאטמארער רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן סאטמארער [[חסידות]]. ביי זיינע יארען איז חסידות סאטמאר שטארק געוואקסן, אבער מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך [[אייזיק לעפקאוויטש]], אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.
שורה 10:
==צעטיילונג פון סאטמאר==
 
יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט דעם עלטסטן זוהן פון סאטמארער רבי, דער קרית יואל'ער רב, (היינטיגע סאטמארער רבי) רבי [[אהרן טייטלבוים]] מיט וועם ער האט געארבעט האנט ביי האנט פאר די אינטערעסן פון די סאטמארע קהלה. דאס האט אים אויך געברענגט געוויסע מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין [[קרית יואל]] וואו ער איז געווען רב.
 
שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, ווייל ר׳ אהרן האט נישט געוואלט פאלגן משה גבאי, האט איהם משה געזאגט אז ״אויב וועסטו מיך פאלגן וועט אלעס פארן אויב נישט וועסטו אויסזעהן אזוי ווי דאן שוואגער ר׳ [[ישראל האגער]]״ (וואס האט דעמאלט געדאווענט און א בעיסמענט קוים מיט מנין) און אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]], געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער [[ברך משה]] - וועלכע האט צילוב זיין פארעלטערטקייט און שוואכע געזונט צישטאנד נישט מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זיין קהלה -, צו דינען אלס רב פאר דער [[וויליאמסבורג]]ער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי [[אהרן טייטלבוים]] און זיינע נאכפאלגער אלס א פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן דעם ברך משה, און ר' אהרן שליט"א (א חלק פון זיי זענען געווען די בני יואל, און א חלק וואס האבן סתם נישט ליב געהאט די הנהגה פון דעם ברך משה), זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענער, און האט קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות צו דעם טאטע'ס הנהגה.
שורה 18:
די שטיצער פון ר' אהרן באשולדיגן ר' משה גבאי אין צעטיילן סאטמאר, זאגנדיג אז זיין מאטיוו איז צו פארגרינטעווען זיין אייגענער מאכט. איינע פון די הויפט טענות איז דאס אז דער סאטמארער רבי האט געליטן פון [[אלצהיימערס קרענק]] ל"ע און דערפאר זענען זיינע החלטות נישט זיינע אייגענע, נאר ער ווערט מאניפולירט דורך משה פרידמאן'ס פערזענליכע אינטערעסן. משה פרידמאן און זיינע שטיצער האבן געפרואווט אויף צו ווייזן אויף צוריק אז דער סאטמארער רבי איז אייביג געווען פולקאם געזונט. און דאס וואס ער פארגעסט איז פשוט צוליב אלטקייט און איז לאו דווקא א ראי' אז מען קען אים איינטיילן וואס צו טאן.
 
היינט צוטאגס איז ער דער [[גבאי]] ביים סאטמארער רבי'ן פון וויליאמסבורג ר' [[זלמן לייב טייטלבוים]] שליט"א, צוזאמען מיט הרב [[שמואל טייטלבוים]] וואס ווערט אויך אנגערופן "שמואל קאמפאטגבאי" שליט"א.
 
==די פאזיציע פון א גבאי==