אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויליאמסבורג, ברוקלין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏באוואוסטע פערזענליכקייטן: נישט אנציקלופדישע קופלימנטן
אין תקציר עריכה
שורה 60:
די מערהייט איינוואוינער היינט צו טאג זענען [[חסידות|חסידישע]] אידן מערסטנס [[אונגארישער אידנטום|אונגארישע]] אפשטאמיגע וואס האבן זיך אהערגעצויגען אין די יארן נאך דער [[צווייטער וועלט מלחמה]]. אויך וואוינען דארטן א באדייטנדע צאל אפשטאמיגע פון [[פארטא ריקא]], [[שווארצע]] און [[ארטיסטן]].
 
די אידישע באפעלקערונג אין וויליאמסבורג זענען צוטיילט צו א באדייטענדע צאל געמיינדעס. די גרעסטע געמיינדע איז [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]], וואס איז היינט צוטאגס צוטיילט צווישן די צוויי גרויסע פראקציעס, די [[זאליסזאלוינים]] און די [[ארונים]]. ווי אויך זענען דא דארטן די גרעסערע קהילות ווי [[פאפא (הויף)|פאפא]], [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]], קראלי, [[ספינקא (הויף)|ספינקא]], [[קלויזענבורג]], וויען, נייטרא, [[קראסנא]], [[קהילת צעהלים|צעהלים]], [[קהילת שאפראן|שאפראן]], [[דינוב]], [[סקווירא (הויף)|סקווירא]], [[בעלזא]], [[בעלז-מאכניווקע]] און נאך. טייל פון די האבן אייגענע [[שול]]ן, [[תלמוד תורה]]'ס פאר יונגלעך, [[שולע]]ס פאר מיידלעך און [[קעמפס]] אין די [[קעטסקילס]] פארן זומער. א טייל האבן אויך אייגענע [[מקוה]]'ס, זאלן, [[מצה בעקעריי]]ען, און פארשידענע ערליי אינסטיטוציעס וואס פעלט זיך אויס צום אידישן לעבן.
 
== וויליאמסבורג אין נומערן ==
שורה 74:
 
=== עירוב ===
אין תשתשס"סג יארן איז געווען א שערורי' אין וויליאמסבורג מיט אן [[עירוב]] וואס איז געשאפן געווארן קעגן דעם דעת פון רוב רבנים און איינוואוינער פון וויליאמסבורג וואס האלטן אז דאס איז קעגן דער הלכה,{{מקור}} און אזוי אויך טענה'ן די סאטמאר'ע אידן אז דאס איז געווען קעגן דעם [[יואל טייטלבוים|סאטמארער רבי]]'נס מיינונג צוליב וואס וויבאלד עס איז נישטא קיין איין רב וואס האט א כח אויף דער שטאט אלס שטאטס רב, קען מען נישט אויפפאסן אויף דעם עירוב געהעריג, און ווי דער סאטמארער רב האט זיך אפאר מאל אויסגעדריקט פאר זיינע נאנטע אז אין מאנהעטן ווי דער [[רב הכולל]] האט געמאכט אן עירוב האבן זיך אידן נאך סומך געווען דערויף אסאך יארן נאכדעם וואס ער האט שוין נישט געלעבט און דער עירוב איז שוין לאנג נישט געווען כשר, ווידער איז דא וואס טענה'ן און ברענגען באווייזן אז די מעשה מיט מאנהעטן איז ארויסגעזויגן פון די פינגער פאר פאליטישע חשבונות.{{הערה|http://eruvonline.blogspot.com/2006/06/part-1-truth-about-satmar-rebbe-and.html}}
 
אנדערע פארציילן גאר, א זאך וואס איז נישט פארשריבן, אז ער זאל זיך האבן אפאר מאל אויסגעדריקט אז בעדפארד עוועניו איז א רשות הרבים דאורייתא, דעריבער קען מען נישט מאכן קיין עירוב אין וויליאמסבורג, און אפילו עס איז געווען עירובין בחייו אין בעדפארד גארדענס, ראדני, אין סוכות, איז אבער קיינמאל נישט געווען קיין עירוב איבער בעדפארד עוועניו, ווייל ער האט געהאלטן אז עס איז א רשות הרבים דאורייתא. אבער דער [[אודווארי]] רב ז"ל שרייבט אין זיין תשובה אז דער סאטמארער רב האט יא געשטיצט צו מאכן אן עירוב אין וויליאַמסבורג. דער עירוב אין וויליאמסבורג איז געבויט געווארן דורך ר' [[אשר גאלדהירש]], א [[באיאן (הויף)|באיאנער]] חסיד.
שורה 119:
 
==== היינטיקע ====
* רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]] (געב' 1951), איינער פון צוויי גרויסע רבי'ס פון סאטמאר, און דער דריטער זון פון משה טייטלבוים, רב פון [[סאטמאר שוהל ראדני]]
* רבי [[ישראל חיים מנשה פרידמאן]] ראב"ד סאטמאר
* רבי [[מענדעלע טייטלבוים]] אב"ד [[סאטמאר (הויף)|סאטמאר]] ([[אהרונים]])