אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צעל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Epithelial-cells.jpg|קליין]]
א '''צעל''' איז דער קלענסטער לעבעדיקער אײנס, מיט װאָס יעדער לעבעדיקער [[אָרגאַניזם]] איז צונױפֿגעשטעלט.
דאָס װאָרט '''צעל''' שטאַמט פֿון [[לאטיין]] ''cellula'', אַ קעמערל. עס הײסט אַזױ, װײַל גענױ אַזױ קוקט דאָס אױס װי קלײנע קעמערלעך. די צעל איז אַזױ װי אַ ציגל פֿאַר אַ בנין מיט װאָס דער קערפּער איז געבױט. די שטודיע פון צעלן ווערט גערופן [[צעל-ביאלאגיע]].
 
שורה 30:
יעדע צעל האָט אַן אײַנהיל װאָס מען רופֿט אים [[צעל מעמבראַנע]] װאָס אָפּצוטײלט די צעל פֿון אױסערע סבֿיבֿה. אינעװײניק איז די צעל פֿאַרפֿולט מיט [[ציטאָפּלאַזם]], אַ [[געל]] װאָס שליסט אײַן פֿאַרשײדענע צעלולאַרע עלעמענטן. די דאָזיקע עלעמענטן װאָס האָבן אײגענע מעמבראַנעס הײסן "אָרגאַנעלעס" און זײַנען קאָמפּאַרטמענטס, די שפּילן װאָס מאַכן אײגענע אלא קאָניוגירטע ראָלעס.
 
צעלן מיט א [[צעל יאדער|צעלקערן]] זענען [[אייקאריאט]]ן (כולל [[פראטיסטן]], [[שוואם|שוואמען]], [[פלאנצן]] און [[בעלי חיים]]); צעלן אן א צעלקערן זענען [[פראקאריאט]]ן (כולל [[ארכעען]] און [[באקטעריע]]). פראקאריאטן האבן נאר אן איינצלען צעל; אייקאריאטן אבער קענען האבן אדער איין צעל אדער מערערע צעלן.
 
== צעל-פראצעסן ==
 
=== רעפליקאציע ===
צעל צעטיילונג איז ווען אן איינצעלער צעל (גערופן א ''מוטער־צעל'') צעטיילט זיך אין צוויי טעכטער צעלן. דאס פירט צו א וואוקס אין מולטיצעל־ארגאניזמען (די וואוקס פון [[טישו|געוועב]]) און צו פֿרוכפערונג (וועגעטאטיווע רעפראדוקציע) אין איינצעל־ארגאניזמען. פראקאריאטישע צעל צעטיילן זיך דורך בינארישער שפאלטונג, אייקאריאטישע צעלן אבער גייען אדורך א פראצעס פון נוקלעארישער צעטיילונג, גערופן מיטאז, און דערנאך צעטיילט זיך דער צעל, גערופן ציטאקינעז.
 
=== וואוקס אין מעטאבאליזם ===
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/צעל"