אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
נישט קיין איינזייטיקע מיינונגען
שורה 13:
 
שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, ווייל ר׳ אהרן האט נישט געוואלט פאלגן משה גבאי, האט איהם משה געזאגט אז ״אויב וועסטו מיך פאלגן וועט אלעס פארן אויב נישט וועסטו אויסזעהן אזוי ווי דאן שוואגער ר׳ [[ישראל האגער]]״ (וואס האט דעמאלט געדאווענט און א בעיסמענט קוים מיט מנין) און אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]], געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער [[ברך משה]] - וועלכע האט צילוב זיין פארעלטערטקייט און שוואכע געזונט צישטאנד נישט מיטגעהאלטן וואס עס טוט זיך אפ אינערהאלב זיין קהלה -, צו דינען אלס רב פאר דער [[וויליאמסבורג]]ער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי [[אהרן טייטלבוים]] און זיינע נאכפאלגער אלס א פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון דער סאטמארער קהילה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן דעם ברך משה, און ר' אהרן שליט"א (א חלק פון זיי זענען געווען די בני יואל, און א חלק וואס האבן סתם נישט ליב געהאט די הנהגה פון דעם ברך משה), זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענער, און האט קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות צו דעם טאטע'ס הנהגה.
 
צום סוף האט טאקע ר' זלמן לייב איבערגענומען די הנהגה, און אלע געטרייע שטוב מענטשן און הויז בחורים פונעם ברך משה, זענען טאקע געבליבן אונטער דער הנהגה פון ר' זלמן לייב, נאר א גאר קליינער חלק פון דעם ברך משה'ס נאנטע, זענען אריבער אונטער ר' אהרן'ס הנהגה אין קרית יואל.
 
 
דאס איז א נארמאלער ערשיינונג פון גבאים פון געוועזענע רבי'ס וואס זען זיך ארום אן קיין מאכט ביי דעם ממלא מקום נעמען אן אקטיווע שריט צו מינימיזירן דעם כוח פון די נייע רבי'ס. דאס האט פאסירט ביי ר' [[יוסף אשכנזי], דער גבאי פון ר' יואל טייטלבוים וואס האט געארבייט קעגן ר' משה טייטלבוים, דאס האט אויך פאסירט אין קארלין, סלאנים, און נאך.{{מקור}}