אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אויך נישט אין אנדערע וויקיפעדיעס
אין תקציר עריכה
שורה 39:
ווי מיר שטייען היינט דארף נאך רוסלאנד האבן א גרויסער תיקון און האט נאך א לאנגע וועג צו גיין ביז זי וועט זיך קענען פאררעכנען אלס א העכסט מאדערניזירט לאנד אין די [[פאראייניגטע פעלקער]]. ביזנעסער, לאנד, און אנדערע אייגנטום איז ווייט פון יושר'דיג צוטיילט לויט די באפעלקערונג צאל. פילע ענווייראמענטל חרבנות זענען נאך פאראן וואס דארפן פאררעכטעט ווערן. אויך א סטאבילע פאליטישע סיסטעם דארף נאך געהעריג דעוועלאפט ווערן וואס זאל פארמישן די סיטיזענס אין לאקאלע, ראיאנישע, און נאציאנאלע געשעענישן, ווי עס איז איינגעשטעלט אין אלע פרייע לענדער.
 
דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט געטוישט אלעמענס לעבנ'ס סטיל. טייל האבן אויפגעלאכטן ווען דאס פרייהייט האט זיי געגעבן די געלעגנהייט צו גיין אין ביזנעס. אנדערע זענען פארביטערט געווארן מיט די אונטערגאנג פון קאמוניזם ווען זיי האבן פארלוירן זייער געלט מיט די אויסנאמישע עקאנאמישע טויש. דאס איבערטויש פון קאמוניזם צו פרייהייט האט פארמינערט די באפעלקערונג צאל. טראץ וואס טויזענטערטויזנטער מענטשן פון די ארומיגע ראיאנען פון די געוועזענע יו.עס.עס.אר. האבן אימיגרירט קיין רוסלאנד, איז רוסלאנד'ס באפעלקערונג צאל נאר קלענער געווארן צוליב איר קלענסטע לעבנ'ס שפאנונג און נידעריגע געבורט ראטע. (מער וועגן די קאמוניסטישע סיסטעם און איר צוזאמענפאל וועט קומען אינעם ארטיקל אי"ה).
 
אין אלגעמיין ווערט רוסלאנד'ס וועטער קלימאט צוגעגליכן צו [[קאנאדע]]. רוב פון רוסלאנד שטייט אויף די זעלבע שטאפל אויף צפון ווי קאנאדע. די וועטער איז דארט געווענליך מיט 20 פראצענט קעלטער ווי אין רוב שטעט אין אמעריקע. די שטעט און ראיאנען וואס זענען גאר הויך זענען גאר קאלט (סיביר אלס ביישפיל) און ווייניג מענטשן וואוינען דארט, גענוי ווי אין קאנאדע. מיט נאך א זאך איז רוסלאנד ענליך צו קאנאדע, אז ביידע לענדער זענען ריזיג גרויס אין שטח פראצענטווייז צו אירע באפעלקערונג צאלן. רוסלאנד'ס ארגיקולטור איז זייער רייך און איר מינעראלן רייכקייט איז די רייכסטע אין די וועלט. אין אנדערע ווערטער, פארמאגט רוסלאנד אלע שליסלן און געצייג צו ווערן א רייך לאנד. מען קען נישט וויסן…
שורה 97:
 
אויסער די אויפרייסן און אומאחריות'דיגע פראבעס האבן די רוסן שטענדיג אריינגעווארפן די נוקלעארע איבערבלייבענישן אין די וואסערן ארום רוסלאנד וועלכע האט שטארק פארפעסטעט די וואסער מיט אלע לעבעדיגע וואס שווימען דארט ארום. צום מערסטן האבן זיי גענוצט דעם [[ארקטיק]] אלס זייער דאמפ אבער זיי האבן אויך געווארפן זאכן אינעם יאפאנעזישן טייך ביז אזוי שפעט ווי אין 93'. נאך היינט צו טאג זענען פאראן הונדערטער אפגעדינטע נוקלעארע סובמארינען אין שיפן וואס אנקערן אין די רוסישע וואסערן און זענען א סכנה יעדע מינוט פאר אן אויפרייס. די רוסן האבן נישט גענוג געלט צו באהאנדלן די איבערבלייבענישן.
אסאך טייכן און לעיקס זענען שטארק פארפעסטעט געווארן פון די צענדליגער טויזענטערטויזנטער קאמפס עראפלאנען וואס זענען גענוצט געווארן אין די צענדליגער קריגן און האבן אויסגעגאסן טאנען פון שמוציגע אויל און גאז וועלכע האבן איבערגעדעקט די טייכן מיט א שיכט פון שווארצע אויל. באקאנט איז דער שווארצער טייך וועלכער פארמאגט שרעקליך אסאך שמוציגע אויל וואס מען וואלט קיינמאל נישט געקענט אויסרייניגן אפילו מיט די וועלט'ס געלט. דער גרעסטער פראבלעם פון אלעם איז אז אסאך קליינע רוסישע שטעט זענען נישט עקוויפטעט מיט וואסער רייניגונגס מאשינען און זענען אויסגעשטעלט צו די שעדליכע כעמיקאלן.
 
רוסלאנד פארמאגט זייער ווייניג פיש טראץ וואס זי האט דאס מערסטע וואסערן אין איר באזיץ. דאס איז ווייל אסאך וואסערן זענען אזוי שמוציג אז די פיש קענען נישט דארט לעבן. די וואסערן וואס זענען שוין יא ריין זענען זייער נישט גוט קאנטראלירט געווארן און עס זענען עטליכע מאל פארגעקומען קאמערציאלע פיש געיעג וואס האט אויסגעליידיגט די טייכן פון פיש. נאך עפעס וואס מאכט אסאך אויס, זענען די ריזיגע טייכן וואס זענען פארפרוירן רוב מאנאטן פון יאר.
שורה 193:
רוסלאנד איז שטענדיג געווען ווי א וועלט פאר זיך צוליב דעם וואס זי איז געווען קאמוניסטיש און האט נישט געוואלט האנדלען מיט קיין איין פרייע לאנד. זי האט פאבריצירט אלעס אליינס אנגעהויבן פון קאמפיוטערס ביז לאקאמאטיוון. אויטאמאבילן, ארגיקולטור מאשינען, ספעס שאטלן, ראקעטן, און מיליטערישע וואפן. אין אייזן איז רוסלאנד פון די גרעסטע און מאכט די מערסטע ערליי אייזן. אין עראספעס און אין דעפענס וואפן איז רוסלאנד היבש פארגעשריטן טעכנאלאגיש. אבער אין סך הכל איז זי צוריקגעבליבן אין פאבריצירונג קעגן אנדערע לענדער וואס זענען האלב אזוי גרויס ווי איר. אין די יארן צווישן 90' און 96' ווען עטליכע רעפארמען האבן צוגרונד געלייגט די רוסישע עקענאמיע ווי פריער דערמאנט, האט די פאבריצירונג סעקטאר געליטן צום מערסטן מיט'ן אויסנאם פון אייזן וועלכע האט זיך שטענדיג גוט פארקויפט אויף די אינטערנאציאנאלע מארקעט. אויך די טעקסטייל אינדוסטרי איז ממש געגאנגען א גאנג און מען אנגעהויבן צו אימפארטירן פון אייראפעאישע לענדער פאר פיל ביליגער. מען שאצט אז אזוי סאך ווי 90 פראצענט אנצוגן מיט וועלכע די רוסישע דרייען זיך ארום זענען געמאכט פון אימפארטירטע סחורה.
אין אלע ערליי גרובונגן איז רוסלאנד גרויס. אין גאלד, זילבער, דיימאנטן, בליי, און קופער איז זי פון די פינף גרעסטע אין די וועלט. זי איז די גרעסטע אין ניקעל און די צווייטע גרעסטע אין עלומינעם וועלכע ווערן ארויסגעגראבן אין דעם אייראפעאישן טייל פון רוסלאנד, ספעציעל ארום די שטאט סעינט פיטערסבורג. אויסער אלעם האט רוסלאנד די גרעסטע רעזווארן פון גאזאלין און קוילן גענוג צו סופלייען די וועלט פאר הונדערטער יארן ווי מיר האבן דערמאנט אינעם אריינפיר פון דעם ארטיקל.
ווי באקאנט האט רוסלאנד קיינמאל נישט אכט געגעבן אויף דאס געזונט פון אירע בירגער וועלכע דערקענט זיך שטארק אין די פאבריצירונג סעקטאר. מען ארבעט דארט אונטער די אינטערנאציאינאלע סטאנדארטן און טויזענטערטויזנטער ווערן אנגעשטעקט מיט די ערגסטע קרענק. נישט קיין וואונדער אז די לעבנ'ס-שפאן איז דארט אזוי נידעריג...
 
 
שורה 269:
 
אונטער די קאנסטיטוציאנאלע געריכט איז פאראן צוויי געריכטן: די סופרים קארט און די ארביטרעישן קארט. די סופרים קארט פסק'נט אויף אלע ציווילע, קרימינאלע, און אדמיניסטראטיווע געזעצן און די ארביטרעישן קארט אויף אלע עקענאמישע ענינים. אלע ריכטער ווערן ערוועלט, אזויווי דאס העכסטע געריכט, דורך דעם פרעזידענט און ברויך באשטעטיגט ווערן דורך די פארלעמענט'ס העכערע הויז.
ארגינעל פלעגן אלע ריכטער באשטימט ווערן אויף קורצע טערמינען אבער דאס האט זיך געטוישט אין 93' מיט די נייע קאנסטיטוציע, געבנדיג זיי א 12 יעריגן טערמין. לויט'ן געזעץ זענען אלע ריכטער אין רוסלאנד אינדעפענדענט און קענען נישט אפגעזאגט ווערן פון אפיס. כאטש די יוסטיץ דעפארטמענט איז באפרייט געווארן פון דירעקטע פאליטישע קאנטראל וועלכע האט עקזעסטירט אין די קאמוניטישע צייטן, איז זי אבער נאך אלץ פינאנציעל זייער שוואך. זי איז אויך אסאך אויסגעשטעלט צו סטראשונגן און דרוק פון די וועלט'ס באוואוסטע רוסישע קרימינאלע אונטערוועלטניקערס און פון טויזענטערטויזנטער קאראפטירטע אפישעלס וועלכע באלאנגן אדער שפילן מיט ארגאנאזירטע פארברעכן.
 
=== פאליטישע פארטייען ===
 
זינט די ענדע 980' יארן האט זיך רוסלאנד געטוישט פון אן איינציגע קאמוניסטישע פארטיי פון די סאוויעט פאראיין (סי.פי.עס.יו.) צו א כאאטישעכאאטישער עטליכע פארטיי דעמאקראטיע. די סי.פי.עס.יו. איז איבערגענומען געווארן מיט הונדערטער פאליטישע גרופעס און פארטייען פון אלע מינים, אנגעהויבן פון מאנארכיעסטן ביז קאמוניסטן. פון די אלע פארטייען זענען פאראן קליינע מיט קוים עטליכע מינינים און ריזיגע מיט מיליאנען. אסאך פון די פארטייען זענען אזעלכע וואס קומען אין גייען. פריינטשאפט צווישן די פארטייען איז זייער אומסטאביל און עס קומען צו אסאך צוזאמענשטויסן. אינדיווידואלע מענטשן זענען דארט א גרויסע טייל פון פאליטישע פארטיי פירער. די אגענדעס פון אסאך פארטייען זענען ארים און שוואך דאקומענטירט.
רוסלאנד'ס פארטייען קענען צוטיילט ווערן אין הויפט קאטעגאריעס: קאמוניטישע פארטייען, רוסישע נאציאנאליסטישע, רעפארמעריסטן, און ספעציעל אינטערעסן פארטייען וואס ווערט אנגערופן סענטריסטן. עס זענען פאראן פארטייען מיט אלע ערליי נעמען און סימבאלן וואס באלאנגען על פי רוב צו איינע פון די פיר קאטעגאריעס. אבער עס זענען פאראן צענדליגער נישט קליינע פארטייען וועלכע האבן זיך זייערע אייגענע אינטערעסן און וועג פון לעבן. די גרעסטע פארטיי איז נאך אלץ די קאמוניסטישע [זיי ציילן א דריטל פון פאלק] און די סענטריסטן יוניט זענען צווייט אויף די ליסטע. די סענטריסטן יוניט זענען א בלאק פארטיי וועלכע האבן געשטיצט און אריינגעברענגט דעם היינטיגן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. אן אנדערע סענטריסט פארטיי מיט'ן נאמען "פאטער-לאנד גאנץ רוסלאנד" זענען דריט אויף די רייע. זיי האבן אריינגעברענגט דעם געוועזענעם פרעמיער מיניסטער יעווגעני פרימאקאוו און דעם מאסקעוון מעיאר יורי לוזהאקאוו.
רוסלאנד איז צוטיילט אין 89 אדמיניסטראטיווע יוניטס, 21 רעפאבליקס, 6 טעריטאריעס, 10 נאציאנעלע שטחים, 49 ראיאנען און די צוויי שטעט מאסקעווע און סעינט פיטערסבורג וועלכע האבן פעדעראלע סטאטוסן.
שורה 280:
== פארטיידיגונג ==
 
די יו.עס.עס.אר. איז געווען א מיליטערישע "סופערפאוער" מיט א מאסיווע נוקלעארע ארסענאל און מיליאנען טרופן. אין די 80'גער80ער יארן האט זי געהאט איבער 5 מיליאן מיטגלידער. ווען די יו.עס.עס.אר. איז צוזאמענגעפאלן אין 91' איז די מיליטער אריבער אונטער די מיליטערישע קאמאנד פון די קאמאן וועלט אף אינדעפענדענט סטעיטס, אן ארגאניזאציע וואס האט פארגעשטעלט און געהאלפן רוב פון די געוועזענע יו.עס.עס.אר. רעפאבליקס. אין 92' האט רוסלאנד צוריק אויפגעשטעלט אן אייגענע מיליטער סטרוקטור אלס אן ענטפער נאכדעם וואס עטליכע רעפאבליקס ווי אוקריינע האבן זיך געגרינדעט אייגענע מיליטערן. די זעלבשטענדיגע ארמייען פון די ראפאבליקס האבן ווייטער אנגעהאלטן פאר איין יאר ביז זיי האבן זיך צוביסלעך אויפגעלעזט און אריין אונטער רוסישע קאמאנד, אונטער די נייע רוסישע מיליטערישע סטרוקטור. די נייע סטרוקטור האט אויפגעשטעלט א סעקיוריטי קאונסיל אויף וועלכע דער פרעזידענט האט די פולע בעלות און מאכט באשלוסן צוזאמען מיט זיין דעפענס מיניסטער. אלע מיטגלידער פון די סעקיוריטי קאונסיל ווערן אויסגעקליבן און דאמינירט דורך דעם פרעזידענט.
 
פארגאנגענעם יאר האט רוסלאנד געהאט 977,100 טרופן אין די ארמיי, נעיווי, עיר פארס, עיר דעפענס פארס, און סטראטעגישע ראקעט פארס (וועלכע קאנטראלירן די נוקלעארע וואפן). פארא-מיליטערישע טרופן, אריינגערעכנט גרעניץ טרופן האבן אויסגעמאכט נאך 200,000. וויאזוי אימער זענען רוסלאנד'ס קאנווענציאנאלע כוחות אין גענעראל נישט געהעריג צוגעגרייט צו א קריג. די מיליטערישע קאמפיין וואס די רוסן האבן אנגענומען אין טשעטשניע אין 95' און 96' און ווידער פארגאנגענעם יאר האט געוויזן אז די רוסישע טרופן זענען אומפעאיג און האבן א שוואכקייט אין קאמאנד, טרענירוג, און מאראל. אזוי לאנג ווי די אלע זאכן וועלן נישט פארבעסערט ווערן וועט רוסלאנד נישט קענען פאררעכנט ווערן אלס א מיליטערישער וועלט'ס-מאכט טראץ איר גרויסע צאל קראפטן. אירע ספעציעלע כוחות איינהייטן זענען יא גאנץ גוט צוגעשטעלט אבער אויך זיי האבן א שוואכקייט אין קאמאנד וועלכע ברענגט זיי צו דורכפאלן אין געוואגטע מיסיעס.
שורה 305:
{{הויפט ארטיקל|היסטאריע פון רוסלאנד}}
די '''היסטאריע פון [[רוסלאנד]]''' הייבט אן מיט די [[מזרח סלאוון]]. דער ערשטער מזרח סלאווישער שטאַט, [[קיעווער רוס]], האט אנגענומען [[קריסטלעכקייט]] פון דער [[ביזאנטישע אימפעריע|ביזאנטישער אימפעריע]] אום 988,<ref>{{cite web|title=Kievan Rus' and Mongol Periods|url=http://www.shsu.edu/~his_ncp/Kievan.html|work=Sam Houston State University|accessdate=2007-07-20}}</ref> מיט דעם האט אנגעהויבן א סינטעז פון ביזאנטישע און [[סלאוון|סלאווישע]] קולטורן וואס האבן דעפֿינירט רוסישע קולטו פאר די קומענדיגע טויזנט יאר.<ref name = "Curtis">[http://www.shsu.edu/~his_ncp/Kievan.html Kievan Rus' and Mongol Periods], excerpted from Glenn E. Curtis (ed.), ''Russia: A Country Study'', Department of the Army, 1998. ISBN 0-16-061212-8.</ref> דער קיעווער רוס שטאַט איז לסוף זיך צעפאלן אונטער די מאנגאלישע אינוואדירערס אין די 1230ער יארן.
 
נאך דעם קיעווער רוס איז געקומען די גרויסהערצאגשאפט פון מאסקווע. אום 1547 איז איוואן דער פערטער געקרוינט אלס צאר פון רוסלאנד. אין די אנהייב 1600ער איז געווען א [[ברודערקריג]]. שפעטער האט רוסלאנד אנגעפאנגען באזעצן מזרח [[סיביר]].
שורה 340:
== רוסלאנד'ס אידישע היסטאריע ==
 
פון ווען אן רוסלאנד איז געווארן "רוסלאנד" האבן אסאך אידן שוין געוואוינט דארט אין קליינע גרופעס. די ערשטע דראסטישע פארמערונג איז געווען אין די אנפאנג יארן פונעם 17'טן יאר-הונדערט ווען עטליכע הונדערט טויזענטטויזנט אידן פון פוילן האבן זיך אריינגעריקט קיין רוסלאנד און געווארן א טייל פון די רוסישע באפעלקערונג. דער הויפט סיבה וואס האט געברענגט די פוילישע אידן קיין רוסלאנד איז געווען די צוטיילונג פון פוילן (פוילן איז פון 700' ביז די ערשטע וועלט קריג נישט געווען קיין אייגן לאנד נאר איז געווען צוטיילט צווישן דייטשלאנד, רוסלאנד, און עסטרייך. אין היסטארישע ביכער ווערט פוילן אנגערופן מיט פארשידענע נעמען געוואנדן לויט די געגענט. מען קען זען די ווערטער פרייסישע פוילן, רוסישע פוילן, עסטרייך פוילן און דייטשע פוילן).
 
פון ווען אן די אידן האבן אנגעהויבן שטראמען קיין רוסלאנד זענען זיי געווארן "די אידן פראבלעם". די אידן האבן קיינמאל נישט אריינגעפאסט אין די רוסישע לעבנ'ס סטיל ווייל זיי האבן זיך געהאט זייער אייגענע "שם לשום ומלבוש". די אידן האבן זיך אין מערסטן טייל באזעצט אין קליינע שטעטלעך (ווילעדזשעס) אוואו זיי האבן גענצליך איבערגענומען קאנטראל אויף די עקענאמיע. די רוסישע עמפייער האט פארבאטן פאר מענטשן צו וואוינען אין די שטעטלעך וואו זיי האבן די בעלות אויף די גאנצע שטעטל ווי עס איז געווען דער פאל מיט רוב אידן. די צוויי פראבלעמען זענען פארבליבן אויף שטענדיג ביז ווען קאמוניזם איז צוזאמענגעפאלן. די קאמוניסטן האבן נישט געוואלט אפלאזן די אידן סיידן זיי ריקן זיך אריין אין די גרויסע שטעט. די אידן האבן נישט געהאט אלע רעכטן אין לאנד ווי: שיקן קינדער אין פאבליק סקולס, האנדלן מיט פארשידענע זאכן, און פארדינען פון רעגירונג'ס בענעפיטן.
 
די אידן האבן זיך געהאט באזעצט אין דעם ראיאן וועלכע איז דעמאלט אנגערופן געווארן די "פעל אף סעטעלמענט", א רייע קליינע שטעטלעך צווישן מאסקעווע אין די רומענישע גרעניץ. אין די פעל אף סעטעלמענט האבן די אידן אויסגעמאכט 10 פראצענט פון די באפעלקערונג און די שטעט האבן געהאט די גרעסטע באפעלקערונג סטאטיסטיקס פון אלע שטעטלעך אין רוסלאנד (באלד דריי מאל די ראטע). די אידן האבן שטענדיג געהאט א הויכע געבורט ראטע און א גרעסערע לעבנ'ס שפאן ווייל זיי האבן געלעבט א געזונטערע לעבן. די הויכע ראטעס האבן פארשאפט אן ארימקייט פראבלעם ווייל די אידן זענען געווען פארבאטן אנצונעמען פראפעסיע'ס און דערפאר איז די קאנקורענץ שטארק געשטיגן וואס א יאר שפעטער.
ווען ניקאלעס דער ערשטער איז געווארן פרעזידענט (ענדע פונעם 17'טן יאר-הונדערט) האט ער נאך מער פארמינערט די אידישע רעכטן און גוזר געווען אז אלע אידן מוזן דינען אין די מיליטער פאר א מינימום פון 25 יאר. אין 843' האט די רעגירונג נאך מער אונטערגעדרוקט די אידן און זיי גענצליך פארטריבן פון קיעוו וואו ארום 60,000 אידן האבן געוואוינט. די פארטריבענע אידן האבן זיך אלע באזעצט אין די שטעטלעך וואו זיי האבן געוואוינט אין גרופעס, עטליכע טויזענטטויזנט אידן פער שטעטל. אין יעדע שטעטל איז די שטאטישע שול געווען אין צענטראל פון שטאט און יעדער האט געוואוינט קאנצעטרירט ארום די שול.
די אידן האבן זיך ערנעגט דורך שמאטע הנדלונגן, קליינע געשעפטן, פעדלערס, און ארטיסטן. די ארבעט קראפט איז געשטאנען זייער הויך כאטש קיינער האט נישט פארדינט קיין ערנסטע זאכן. אויך ביי די פרויען און אפילו קינדער איז די ארבעט'ס ראטע געווען העכער וואו אין לאנד. ווי א יאר שפעטער איז די ארימקייט ערגער געווארן ווייל עס איז שוין נישט געווען מיט וואס צו האנדלן. די אידן האבן דאן ערלעדיגט א ספעציעלע וועילפעיר ארגאניזאציע אין וועלכע די רעגירונג האט זיי געגעבן ארבעט.
מיט די יארן האט די רעגירונג טייל מאל נאכגעלאזט און ערלויבט די אידן צו געניסן פון פארשידענע בענעפיטן. אין איין פאל האט די רעגירונג ערלויבט די אידן צו שיקן זייערע קינדער אין די שטאטישע שולעס. אבער קיינער האט פארשטייט זיך נישט געוואלט שיקן די קינדער אין די גוי'אישע שולעס. זעענדיג אז קיינער שיקט נישט די קינדער אין די שטאטישע שולעס האט די רעגירונג איבערגעארבעט די סקול סיסטעם און רענאווירט די געביידעס כדי צו צוציען די עלטערן זיי זאלן שיקן זייערע קינדער. דאס געלט פאר די ארבעט איז געקומען פון א ספעציעלע פאנד וועלכע איז איינקאסירט געווארן פון א נייע שטייער אויף ליכט. למעשה האט גארנישט געהאלפן און די עלטערן האבן ווייטער געשיקט די קינדער אין חדר וועלכע די עלטערן האבן אליינס אויסגעהאלטן מיט די גרעסטע פלאג.
שורה 355:
די אידן האבן זיך זייער שנעל אריינגעדרייט אין אלע פראפעסיע'ס, אריינגערעכנט דאקטוירים, אדוואקאטן, און דזשורנאליסטן וועלכע האט געהאט זייער א שלעכטע ווירקונג אויף זייערע רוסישע קאלעגאס. אין 863' האט רוסלאנד געהאט א שווערע ארבעט צו דערשטיקן די ווידערשטאנד וואס די פוילישע האבן צוגעגרייט פאר א געפלאנטע רעוואלט. נאך די קריג איז אלעס אנדערש געווארן ווען די רעגירונג האט שוואכער געמאכט אלע מינאריטי גרופעס וועלכע האט אויך שטארק עפעקטירט די אידן און ביז א קורצע צייט איז אלעס צוריק צום אלטן, נאך מיט א גרעסערע האס. דער מצב האט זיך דערקייקעלט אזוי ווייט, אז די איר-אלטע בלוט בלבולים וועלכע איז שוין אומגילטיג געווארן דורך אלעקסאנדער דער ערשטער האט ווידער אנגעהויבן פלאגן די אידישע געמיינדע.
דער מארד פון אלעקסאנדער אין יאר 881' האט זיך אויסגעלאזט זייער נישט גוט פאר די אידן און אלע האפענונגן אז עס וועט נאך קומען בעסערע צייטן איז פארשוואונדן. אנשטאט איז דער מצב געווארן נאך פיל ערגער ווי 50 יאר פריער ווען אלעס איז באשולדיגט געווארן אויף די אידן. אלעקסאנדער'ס מארד זעלבסט (דורך א גרופע רעוואלטירער) איז אויך אנגעלייגט געווארן אויף די אידן. צענדליגער פראגראמען זענען אויסגעפירט געווארן אויף אידן אין אלע קלענערע שטעט, גרייכנדיג איבער 200 פראגראמען אין יאר 881' אליינס. די רעגירונג'ס אויטאריטעטן האבן טיילמאל גאר ארויסגעהאלפן די וואס האבן אנגעפירט די פאגראמען און אין טייל פעלער אפילו באשולדיגט די אידן אלס די גורם צום פאגראם.
אין 882' האט די רעגירונג איינגעשטעלט נייע אנטיסעמיטישע געזעצן, באקאנט אלס די "מאי לאוס", וועלכע האט אזוי אנגעהאלטן ביז אין 917'. די געזעצן האט דערגרייכט די העכסטע שטאפלן פון דיסקרימינאציע וואס איז געווען אין רוסלאנד'ס היסטאריע. אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אין די ווילעדזשעס. זיי זענען אפגעזאגט געווארן פון דזשאבס און האבן נישט געמעגט האנדלן מיט טויזענטערטויזנטער ערליי זאכן. דאס ביסל ביזנעס וואס די אידן האבן שוין יא געקענט טון איז געווען לימיטירט און גענצליך פארבאטן זונטאגס און און אין אלע קריסטיליכע חגאות.
אלעקסאנדער דער דריטער איז נישט געווען קיין סאך בעסער און האט נישט געוואלט נאכלאזן פאר די אידן אויף קיין איינע פון די מאי געזעצן. אין 865' האט די רעגירונג דורכגעפירט א פרישע געזעץ וועלכע האט פארלאנגט אז אלע אידן פון מאסקעווע מוזן פארלאזן די שטאט און גיין וואוינען אין די פעל אף סעטעלמענט. ארום 20,000 אידן זענען דאן פארטריבן געווארן, איבערלאזנדיג זייערע הייזער און פרנסות. אין 894' האט אלעקסאנדער אויסגעקליבן די שטאט יאלטא פאר זיין רעזארט ארט. עטליכע וואכן פאר די קריסטליכע חגאות האט אלעקסאנדער באפוילן אז אלע אידן מוזן פארטריבן ווערן פון דארט. אלעקסאנדער איז ערשט אהינגעפארן ווען קיין איין איד איז מער נישט געווען צו געפינען אין די גאנצע שטאט. אבער ער איז באשטראפט געווארן אויפ'ן פלאץ און איז פלוצלינג געשטארבן אין די שטאט.
 
שורה 381:
אין יענע יארן האט די [[ציוניזם|ציוניסטישע באוועגונג]] אנגעהויבן מאכן פארשריט און אסאך אידיש רוסישע גרופעס האבן זיך אנגעשלאסן אין די ציוניסטישע פועלי ציון פארטיי וועלכע האט שוין דעמאלט געהאט איר ציל אויפצושטעלן א אידישע לאנד אין פאלעסטינע. די מאסיווע מערכה וואס די ערליכע קהלות האבן אויפגעשטעלט אפצוהאלטן די ציוניסטן האט אבער נישט דעגרייכט רוסלאנד וואו די געליטענע אידן האבן מיט האפענונג איבערגעליינט דער יודנשטאט בוך (געשריבן דורך [[הערצל]]) צענדליגער מאל. נאך די צווייטע וועלט קריג האט זיך אנגעהויבן א מאסן אידישע אימיגראציע פון רוסלאנד וועלכע זענען אנטלאפן צו זוכן א בעסער'ן צוקונפט. די גרעסטע טייל האט אימיגרירט קיין נארט אמעריקע און די איבעריגע קיין אויסטראליע, אפריקע און מדינת ישראל.
 
אין סך הכל האבן איבער צוויי מיליאן אידן פארלאזט רוסלאנד צווישן די יארן פון 881' ביז 914'. עס וואוינען נאך היינט צענדליגער טויזענטערטויזנטער אידן און רוסלאנד וועלכע האבן שוין אלע פרייהייטן אבער לעבן אין נויט צוליב די שלעכטע עקענאמיע.