אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אוקראינע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 547529 פון 93.73.42.134 (רעדן): נישט יידיש
טאַג: אַנולירן
אין תקציר עריכה
שורה 142:
אין אוקריינע וואוינען אידן שוין הונדערטער יארן, ביז צום [[ערשטן וועלט קריג]] האבן זיך געציילט די אידן אין די אוקריינישע שטעט קרוב צו צוויי מיליאן, זעלבסטפארשטענליך אז די אידן פון אוקריינע זענען נישט געווארן געשוינט, און די ביטערע פראגראמען איז אנגעקומען קיין אוקריינע, אידן האבן געליטן פון [[פאגראם|פאגראמען]] אלע יארן, עס איז באקאנט פון די קאזאגען וואס אידן האבן געליטן אין די איהרן פון [[ה'ת"ח]] ווער דער גרויזאמער פירער פון קאזאקן [[כמעלניצקי]] האבן גע'הרג'ט און גע'שחט'ן איבער הונדערט טויזנט אידן פון די אוקריינער שטעט, אין די צייטן פון בעל שם טוב, און אויך אין שנת [[ה'תקכ"ח]] ווען מען האט געהרגט טויזנטער אידן ווי עס ווערט באשריבן אין ספר שער המלך און אין שבחי בעל שם טוב. דערנאך זענען געקומען די פאגראמען ביים ערשטען וועלט קריג און נאכן ערשטען וועלט קריג, דאס מערסטע צווישן זיי איז באקאנט דער [[קעשענעווער פאגראם]], וואוו די [[אנטיסעמיט]]ן האבן זיך פארזאמעלט אין באנדעס אין געהארגט אסאך אידן, ספעציעל פרומע אידן, וואס זענען געווען קעגן די קאמוניזם אדער האבן געהאט געלד. דעמאלטס זענען אסאך אידן פון אוקריינע אנטלאפן קיין [[אמעריקע]].
 
ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]] האבן די נאציס מיט די הילף פון די אוקריינישע באפעלקערוגנ אויסגעהרג'ט דאס מערהייט פון דאס אוקראינער אידן. די אוקריינער גוי האט זיך הונדערט פראצענט צוגעשטעלט צו די פאדערונגען פון די נאציס אז אלע אידן מוזן גע'הרג'ט ווערן, דאס מערסטע איז באקאנט די גרויזאמען רציחות אין באבי יאר ווי מער פון הונדערט טויזענטטויזנט אידן זענען געשחטען געווארן מיט מיתות משונות.
 
אוקראינע איז באקאנט ביי אידן אויך צוליב וואס דארט איז געווען דאס וויגעלע פון חסידות, די חסידות באוועגונט האט זיך אנגעהויבן אין אוקריינא, די ערשטע גרויסע חסידישע רביים שטאמען פון דארט, ווי דער [[בעל שם טוב]] פון [[מעזשביזש]], דער מגיד פון מעזריטש, רבי יעקב יוסף פון פולנאה, רבי פנחס מקאריץ, רבי יוסף מקאמינקא, רבי שלום שכנא, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער גרויסע רביים פון די טשערנאבלער גזע פון רבי נחום און זיין זון רבי [[מרדכי טווערסקי|מרדכי פון טשערנאביל]], און דערנאך זיינע קינדער מיט זייער רבי'שע הויפן, די אייניקעלך פון בעל שם טוב רבי ברוך פון מעזשביזש, רבי משה חיים אפרים מסדילקוב בעל דגל מחנה אפרים, ר' [[נחמן מברסלב]], רבי אהרן מטיטיוב, דער בית עין, רבי מרדכי מנעסכיז, רבי יקותיאל יודא מלאנדא, רבי מיכל מזלאטשוב , און נאך.