אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גכז יאר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
א '''גכז יאָר''' איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם [[יידישער לוח|יידישן קאלענדאר]]. א יאר פון סארט גכז הייבט אן דינסטיק ('''ג''', דער דריטער טאג פון דער וואך), איז "כסדרן" ('''כ''') דאס הייסט אז [[חשוון]] האט 29 טעג און [[כסלו]] האט 30 טעג, און פסח געפאלט [[שבת]] ('''ז'''). א יאר פון סארט גכז איז אן עיבור יאר (מיט צוויי [[אדר]]ים) און איז לאנג 384 טעג, מיט 55 שבתים. דאס יאר פאר א גכז יאר איז אדער א [[השא יאר]] אדער א [[זחא]] יאר.
 
א גכז יאר פאסירט אין 5.326% פון אלע יארן, ווען דער [[מולד]] פון תשרי געפאלט צווישן יום ב' שעה 18 (12:00 מיטאג אויפן ירושלים לאקאלן זייגער{{הערה|9:39:03.1 אויפן גריניטש זייגער}}) און יום ג' שעה 18 (12:00 מיטאג){{הערה|[https://www.shoresh.org.il/spages/articles/hl007.htm לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות], יעקב מתלון, אתר שורש.}}. לעצטנס האט פאסירט א גכז יאר אין [[ה'תשנ"ה]], און וועט פאסירן נאכאמאל אין [[ה'תשפ"ב]].