אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:נייטראל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13:
* '''נישט רעדן פון זיך אליינס אדער רעדן פריוואט צו א צווייטן.''' ווי צב"ש נישט שרייבן אין ארטיקל "[[פורים]]": "אין דער טאג בין איך זייער פרייליך" אד"ג.
* '''נישט נוצן אויסרופס-ווערטער''' ווי "אוי וויי איז מיר", "וואו!", "קיין עין הרע" "א מחיה" אד"ג
== נייטראלער צוגאנג צו יעדן ענין ==
 
דברי חכמים בנחת נשמעין, כדי די הארמאניע און שלום זאל הערשן, און כדי אייערע ווערטער זאל ווערן נתקבל און אריינדרינגען אינעם ליינער, און צוציען אנדערע צוצילייגן, פארעכטן, אויסבעסערן, און סזאל זיין ניכרין דברי אמת, איז קריטיש וויכטיג זיך צו האלטן צום נושא נייטראל, נישט שרייבן אן אפענעם שטעלונג וואס איר האלט, נאר אייביג פרובירן ארויסברענגן ביידע זייטן פונעם מטבע, און זיך נישט אריינלאזן מיט קיין "פערזענליכע" מיינונגען. נייטראל מיינט אויך אז אטאקירן אן אנדערן באנוצער פערזענליך איז שוין נישט נייטראל, אוואדאי איז קיינער קיין מלאך, און מיר פאפּן זיך נישט אז ווען נישט וואס איר האט ווען א שטארקע פעסטע מיינונג וואלט איר זיך נישט מטריח געווען צו שרייבן, אבער דער באגריף פון וויקיפידיע דינט דווקא אייער אינטערעסע, אז כדי אייערע שיטות און פערספעקטיוו זאל ווערן דאס בעסטע נתקבל על הלב, מוזט איר דאס פארשטעלן ווי אין א וויקיפידיע, נייטראל און קלאר די פאקטן, ווייל אז נישט וועט עס קיינמאל נישט האבן קיין ווערד פון אמת.
 
אנדערשט ווי [[ביכער]] און [[קונסט]] און אלע אנדערע געשרייבאכצער - וואס פעלט זיך מער אויס א [[פערזענליכ]]ע [[גיפט]] און [[מיינונג]] דאס ארויסצוברענגן אויפ אן אייגענארטיגע אויפן. - איז זיך דא גרינגער צו האלטן נייטראל ווייל דער אינטערגאלער יסוד פון אלעס דא איז בלויז צו בויען אן [[אנציקלאפדיע]] פון אינפארמאציע צו כראנאלאקירן די [[געשענישן]] אין [[פאקט]]; [[ווען]]; [[ווער]]; [[ווי]]; [[וואס]]; און [[פארוואס]]. טרוקן און קלאר.
[[קאטעגאריע:וויקיפעדיע סטרוקטאר]]