אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 12:
== מעכאניזם ==
 
עס איז פאראן עטלעכע ערליי באנען אין דער [[וועלט]]. די באנען וועלכע פארן אויף ווייטע ערטער ווערן געטריבן דורך א [[לאקאמאטיוו]] (א לאקאמאטיוו איז די טייל פון דער באן, געוויינלעך די פאדערשטע טייל, אין וואס דער [[מאטאר]] ליגט, און שלעפט אדער שטופט די איבריגע [[אייזנבאן וואגאן|וואגאנען]]) און די וואס פארן אין [[שטאט]] ארבעט דורך [[עלעקטריק]] אדער [[מאגנעט]]. א באן איז נישט צופיל אנדערש ווי אן [[אויטא]] נאר האט א גרעסערע [[מאטאר]] און נעמט קראפט דורך אנדערע וועגן און אנשטאט פארן אויפ'ןאויף [[שאסייטראקט]]ן פארט עס אויף [[אייזנבאן ליניע|שינעס]] וועלכע האלט איר גלייך.
 
די ערשטע באנען (לאקאמאטיוון) האבן גענומען קראפט דורך [[פארע]] מאטארן דאס איז הייס וואסער וואס האט ארויסגעגעבן פארע וואס האט געדרייט דעם [[מאטאר]]. שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן [[עלעקטריק]] מאטארן וואס ווערן געטריבן דורך [[דיזל]] [[גאז]]. רוב באנען ווערן היינט געטריבן דורך דיזל מאטארן.
עס פארשטייט זיך אז צו שלעפן א באן אנגעפילט מיט [[סחורה]] פאדערט זיך גאר א שטארקע [[מאטאר]] מינימום ווי עטליכע טויזנט אויטאס [די באן אליין אן קיין משא וועגט טויזנט מאל אזויפיל ווי אן [[אויטא]]]. ס'איז אבער נישט אזוי, א באן האט געווענליך א 12 [[צילינדער]] [[מאטאר]] מיט צווישן 3 און 4 טויזנט [[פערד קראפט]] וועלכע איז נישט מער ווי מאקסימום 15 מאל אזוי שטארק ווי א געווענליכן [[אויטא]] וואס האט בערך 200 [[פערד קראפט]]. דאס איז ווייל א זאך וואס ליגט אויף [[שינעס]] לאזט זיך גרינגער שלעפן. טאקע דערפאר האט א באן אייזערנע רעדער ווייל לופט רעדער גייען ארויף און אראפ ווען עס דרייט זיך און דאס נוצט מער קראפט. כדי די רעדער זאלן נישט גליטשן איז דא אין יעדע באן אסאך [[זאמד]] וואס ווערט דורך ספעציעלע רערן ארויסגעשפריצט צו די רעדער ווען עס ווערט גליטשיג. די [[זאמד]] שפריצן סיסטעם ווערט אפערירט אויטאמאטיש דורך עטליכע סענסארס אונטערן באן.
 
מיט נאך א זאך איז א [[מאטאר]] פון א באן אנדערש ווי ביי אן [[אויטא]]. אן [[אויטא]] האט א [[טראנסמיסיע]] וועלכע קאנטראלירט דעם מאטאר און די [[ציינראדן]] (גירס) ווען עס זאל גיין שנעלער אדער לאנגזאמער. א באנ'ס מאטאר ארבעט שטענדיג די זעלבע שנעל און צודעם איז דא אן אזוי גערופענער הייבריד סיסטעם וואס קאנטראלירט די ציינראדן זעלבסט. טאקע ווייל עס איז נישט פאראן קיין טראנסמיסיע קען די באן נישט פארן אזוי שנעל (געווענליך פארט א צווישן 50 און 70 [[מייל]] פער שטונדע). אויב מען וואלט דווקא יא געוואלט לייגן א טראנסמיסיע אין א באן וואלטן געמוזט זיין גאר אסאך [[ציינראדן]] און וואלט אויפגענומען צופיל פלאץ. א באן פרעסט נישט מער ווי 1.5 גאלאן [[דיזל]] פער מייל מיט א געווענליכע משא. דיזל איז קרעפטיגער ווי געווענליכע [[בענזין]].
 
[[טעקע:Bahnbavaria.JPG|left|thumb|250px|אַ װאַגאן פֿון אַ דײַטשער באַן]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/באן"