אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לעגא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 10:
 
== לעגא פאקונגען ==
זינט די 1950ער יארן האט דער לעגא גרופע פאבריצירט טויזנטער פאקונגען מיט פארשידענע טעמעס ווי [[קאסמאס]], [[ראבאט]]ן, [[ים-רויבונג|פיראטן]], [[באן|באנען]], [[וויקינג]]ן, [[שלאס|שלעסער]], [[דינאזאווער]]ס, אונטערוואסער פארשונג און דער [[אלטער אמעריקאנער מערב|ווילדער מערב]]. א טייל קלאסישע טעמעס וואס קאנטינוירן ביז איצט זענען "לעגא שטאָט" (א ליניע וואס אילוסטרירןאילוסטרירט שטאָטישע לעבן, זינט 1973) און "לעגא טעכניק" (א ליניע וואס סימולירט קאמפלעקסע מעכאנישע פראצעסן, זינט 1977).
 
אדורך די יארן האט לעגא באקומען די רעכטן צו פאבריצירן א סאך טעמעס באזירט אויף טעלעוויזיע, פילם און ווידעא שפילן קאנצעסיעס ווי "[[באטמאן]]", "[[אינדיאנע דזשאנס]]", "[[פיראטן פון די קאריביען]]", "[[הארי פאטער (פילם סעריע)|הארי פאטער]]", "[[שטערן קריג]]" און "[[מיינקראפט]]". כאטש א טייל די ליצענצירטע טעמעס ווי "שטערן קריג" און "אינדיאנע דזשאנס" זענען געווען זייער געראטן האט לעגא געזאגט אז זי וויל זיך אָנלענען מער אויף אירע אייגענע כאראקטערן און קלאסישע טעמעס און ווייניק אויף מעדיע באזירטע טעמעס.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/לעגא"