אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווידעא שפיל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Pong (28684491143).jpg|קליין|מענטשן ביים שפילן א גרויסע ווערסיע פונעם בארימטן ווידעא שפיל "[[פאנג|פּאָנג]]" אין דער נאציאנאלער ווידעא שפילן מוזיי]]
א '''ווידעא שפיל''' איז אן [[עלעקטראניק|עלעקטראנישער]] [[שפיל]]ן וואס מען שפילט אויף א ווידעא עקראן. דער געצייג אויף וואס מען שפילט קען זיין א [[סמארטפאן]], א [[פערזענלעכער קאמפיוטער]] אדער א [[ווידעא שפיל קאנסאל]]. דער עקראן קען זיין א [[טעלעוויזיע]] עקראן, א [[ווירטואלע רעאליטעט לארענט|ווירטואלע רעאליטעט לאָרנעט]] אדער א קאמפיוטער מאניטאר. זייט די 1980ער זענען ווידעא שפילן געווארן א וואס מער וויכטיגער טייל פון דער פארוויילונג אינדוסטריע, און ס'איז פאראן א פלוגתא אויב זיי זענען אויך א סארט קונסט.
 
די עלעקטראנישע סיסטעמען אויף וועלכע מען שפילט ווידעא שפילן הייסן [[קאמפיוטעריי פלאטפארמע|פּלאַטפֿארמעס]]. ווידעא שפילן ווערן אנטוויקלט און פובליצירט פאר איין אדער מער פלאטפארמעס און זענען אפשר נישט פאראן אויף אנדערע. ספעציעלע פלאטפארמעס ווי [[ארקייד שפיל|אַרקייד שפיל]]ן וואס פרעזענטירן דעם שפיל אין א גרויסע מאשין (געוויינטלעך מטבע-אפערירט) זענען געווען גאנגבאר אין ווידעא אַרקיידן אין די 1980ער, אבער זייערע פאפולאריטעט האט אויסגעגאנגען ווען אנדערע, מער לויניקע פלאטפארמעס זענען פאראן געווארן. צווישן זיי זענען געווען ספעציפישע געצייג ווי ווידעא שפיל קאנסאלן און גענעראלע קאמפיוטערס ווי [[שויס קאמפיוטער|לאַפּטאפּ]]ן, [[טיש קאמפיוטער|דעסקטאפּ]]ן און מאבילע קאָמפיוטעריי געצייג.