אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויליאם שייקספיר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
←‏ביאגראפיע: וואו האט ער געוואוינט
שורה 23:
 
נאך דער געבורט פון די צווילינג הערט מען נישט פון שייקספיר ביז אין 1592 ווערט ער דערמאנט ביי דער לאנדאנער טעאטער סצענע, אחוץ איין מאל אין א פראצעסט אין וועסטמינסטער דעם 9טן אקטאבער 1589.{{sfn|Bate|2008|p=314}} היסטאריקער רופן די יארן צווישן 1585 און 1592 שייקספיר׳ס "פארלוירענע יארן".{{sfn|Schoenbaum|1987|p=95}} ביאגראפן וואס ווילן צוזאמענשטעלן וואס האט פאסירט אין די דאזיקע יארן האבן עטלעכע מעשה׳לעך. [[ניקאלאס רוי]], שייקספיר׳ס ערשטער ביאגראף, דערציילט א סטראפארד לעגענדע אז שייקספיר האט געמאכט א ויברח פון דער שטאט קיין לאנדאן כדי מען זאל נישט קענען פראקורירן אים פאר גנב׳ענען הירשן פונעם לאקאלן פריץ טאמאס לוסי. מ׳זאגט אז שייקספיר האט גענומען נקמה קעגן לוסי מיט א סקאנדאליעזער באלאדע וועגן אים.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=97–108}}{{sfn|Rowe|1709}} אין דעם 18טן יארהונדערט האט מען דערציילט א מעשה אז שייקספיר האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין טעאטער מיט געבן אכט אויף די פערד פון טעאטער־גייער אין לאנדאן.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=144–145}} [[דזשאן אברי]] האט באמערקט אז שייקספיר איז געווען א שולע־לערער.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=110–111}} טייל 20סטער יארהונדערט אקאדעמיקער האבן פארגעשלאגן אז שייקספיר איז געווען אנגעשטעלט ווי א שולע־לערער דורך אלעקסאנדער האגטאן פון [[לאנקאשיר]], א קאטוילישער פריץ וואס האט דערמאנט א געוויסן "וויליאם שייקשאפט" אין זיין צוואה.{{sfn|Honigmann|1999|p=1}}{{sfn|Wells|Taylor|Jowett|Montgomery|2005|p=xvii}} אבער ס׳איז נישט קיין ראיות צו די מעשה׳ס נאר וואס מ׳האט איבערגעזאגט וועגן אים נאך זיין טויט , און שייקשאפט איז געווען א פארשפרייטער נאמען אין דעם לאנקאשיר געגנט.{{sfn|Honigmann|1999|pp=95–117}}{{sfn|Wood|2003|pp=97–109}}
 
דורכאויס זיין קאריערע האט שייקספיר געטיילט זיין צייט; טייל צייט האט ער געוואוינט אין לאנדאן און טייל צייט אין סטראטפארד. אין 1596, א יאר פריער איידער ער האט געקויפט ״נייער פלאץ״ ווי זיין פאמיליע־הויז אין סטראטפארד, האט שייקספיר געוואוינט אין דער פאראפיע סט העלענס, [[בישאפסגייט]], צפון פונעם טייך טעמז.{{sfn|Hales|1904|pp=401–402}}{{sfn|Honan|1998|p=121}} אין 1599 האט ער זיך שוין געצויגן קיין [[סאדארק]]; אין יענעם יאר האט זיין געזעלשאפט געבויט דארט דעם גלאב טעאטער.{{sfn|Hales|1904|pp=401–402}}{{sfn|Shapiro|2005|p=122}} אין 1604, האט ער זיך געצויגן צוריק צפון פונעם טייך, אין א געגנט נארד פון [[סט פאלס קאטעדראל]] מיט פיל שיינע הייזער. דארט האט ער געדונגען צימערן פון א פראנצויזישער [[הוגענאטן|הוגענאט]] קריסטאפער מאנטדזשוי, וואס האט געמאכט פערוקן פאר פרויען.{{sfn|Honan|1998|p=325}}{{sfn|Greenblatt|2005|p=405}}
 
== שפילן ==