אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם לינקאלן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←‏ביאגראפיע: נאך א פאראגראף
אנהייב פאליטישע קאריערע
שורה 37:
 
ווען לינקאלן איז געווען אלט זיבן יאר האט זיך די משפחה געצויגן אין דער [[אינדיאנע]]. שפעטער האבן זיי זיך געצויגן קיין [[אילינוי]].<ref>{{cite web|accessdate=2008-05-21|url=http://showcase.netins.net/web/creative/lincoln/sites/decaturock.htm|title=Lincoln Trail Homestead State Park|publisher=Abraham Lincoln Online}}</ref> אין זיין קינדהייט האט לינקאלן געהאלפן זיין פאטער אויפן פאַרם. ביי דער עלטער פון 22 יאר האט ער פארלאזט זיין היים און האט זיך געצויגן אין [[ניי סעלעם]], אילינוי, וואו ער האט געארבעט אין א קראם.<ref>{{cite book|last=Fehrenbacher|first=Don|title=Speeches and Writings 1859-1865|publisher=Library of America|year=1989|page=163|url=https://books.google.com/books?id=UWJStTs8-A4C&dq=lincoln+canoe+sangamon+river&source=gbs_summary_s&cad=0}}</ref> שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט געלערנט אין דער שולע אינגאנצן נאר איין יאר, אבער דאס איז שוין געווען גענוג צו לערנען [[ליינען]], [[שרייבן]] און [[חשבון]].
 
ווען ער איז געווען אלט 21 האט ער געארבעט אויף א פלאכשיפל וואס האט געטראגן פראכט.
 
אין 1842 האט ער געהייראט מערי טאד. זיי האבן געהאט פיר קינדער, אבער דריי זענען געשטארבן יונגערהייט.<ref name="teamofrivals">{{cite book|last=Goodwin|first=Doris Kearns|title=Team of Rivals|location=New York, NY|publisher=Simon & Schuster, Inc.|year=2005}}</ref> מען פלעג רופן לינקאלן ״אייב לינקאלן״ אדער ״אנעסט אייב״ (''Honest Abe, ערלעכער אייב'') נאך א מעשה ווען ער האט האט נאכגעלאפן א קונד עטלעכע קילאמעטער צו געבן אים רעשט.
 
== אנהייב פאליטישע קאריערע ==
לינקאלן האט אנגעהויבן זיין פאליטישע קאריערע אין 1832 ווען ער האט זיך קאנדידירט פאר דער אילינוי אלגעמיינער פארזאמלונג, אבער ער איז נישט געוויילט געווארן. ער האט געדינט ווי א קאפיטאן אין דער אילינוי מיליץ בשעת דער בלעק האק קריג, א קריג קעגן אינדיאנער שבטים. אין יאר 1837 האט ער זיך געצויגן קיין [[ספרינגפילד, אילינוי|ספרינגפילד]], האט ער אנגעהויבן ארבעטן אלס [[אדוואקאט]]. ער איז געווארן איינער פון די מערסט געערטע אדוואקאטן אין אילינוי.<ref>{{cite book|last=Frank|first=John|title=Lincoln as a Lawyer|publisher=Americana House|year=1991|isbn=0962529028}}</ref><ref>{{citeweb|url=http://www.quotablelincoln.com/lincoln2_books.php|publisher=Quotable Lincoln|title=Biography of Lincoln|accessdate=2009-08-28}}</ref> אין 1837 איז ער געווארן א מיטגליד אין דער אילינוי אלגעמיינער פארזאמלונג, און ער האט פראטעסטירט קעגן א רעזאלוציע אז וואשינגטאן קען נישט אוועקמאכן שקלאפעריי.<ref>{{cite web|url=http://www.nps.gov/liho/historyculture/slavery.htm|title=Lincoln on Slavery|accessdate=2009-11-15}}</ref><ref>{{cite web|accessdate=2009-11-15|url=http://quod.lib.umich.edu/cgi/t/text/text-idx?c=lincoln;cc=lincoln;type=simple;rgn=div1;q1=founded%20on%20both%20injustice%20and%20bad%20policy;view=text;subview=detail;sort=occur;idno=lincoln1;node=lincoln1%3A101|title=Protest in Illinois Legislature on Slavery|publisher=University of Michigan Library|date=1937-03-03}}</ref>
 
אין 1841, האט ער געוואונען א פראצעס (ביילי קעגן קראמוועל) וואו ער האט רעפרעזענטירט א שווארצע פרוי וואס האט גע׳טענה׳ט אז מען האט זי באפרייט און דערפאר האט מען נישט געקענט פארקויפן זי פאר א שקלאף. אין 1847, האט ער פארלוירן א פראצעס (מאטסאן קעגן ראדערפארד) וואו ער האט רעפרעזענטירט א שקלאף־אייגענטומער, ראבערט מאטסאן, וואס האט געמאנט אז מען זאל אים צוריקגעבען זיינע אנטלאפענע שקלאפן.
 
אין 1846 איז לינקאלן געווארן א מיטגליד אין דער וויג פארטיי, און איז געווארן געוויילט אויף איין קאדענץ צום [[הויז פון רעפרעזאנטיוון]]. דערנאך האט ער געארבעט אלס אדוואקאט און האט זיך נישט געמישט אין פאליטיק. אין 1854 האט ער באטייליגט אין דער נייער [[רעפובליקאנער פארטיי]] וואס מען האט פארמירט אקעגן דער פארברייטערונג פון שקלאפעריי. ווען לינקאלן איז געלאפן פארן סענאט אין 1858 קעגן סטיוון דאגלאס, האט דאגלאס געזיגט.
 
די רעפובליקאנער פארטיי האבן אים נאמינירט פאר די פרעזידענט וואלן אין 1860.<ref>{{Cite web|url=http://www.history.com/topics/us-presidents/abraham-lincoln|title=Abraham Lincoln|publisher=history.com}}</ref>
 
== רעפערענצן ==