אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לעגא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:LEGO logo.svg|קליין|לאגא פון לעגאָ]]
[[טעקע:Lego bricks.jpg|קליין|לעגאָ ציגלען]]
'''לעגאָ''' ([[דעניש]]: '''LEGO''') איז אַ סארט קאָנסטרוקציע [[שפילכל|שפּילכל]] באַשאַפֿןוואָס איז געשאַפֿן געוואָרן און פּראָדוצירט דורך דער לעגאָ גרופּע, אַ [[דענמארק|דענישע]] פֿירמע. לעגאָ ציגלען זענען קאָלירטע פּלאַסטיק קאָנסטרוקציע-בלאָקן וואס קען ווערן פֿאַרבינדן צוזאַמען. לעגאָ ציגלען זענען פֿאַרבינדט דורך שפּאָנקעס אויפֿן שפּיץ און לעכער אונטער די ציגלען. לעגאָ איז דאָס מערסט באַרימטן קאָנסטרוקציע שפּילכל אין דער וועלט.
 
די לעגאָ פֿירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1935 דורך אָלע קירק קריסטיאַנסען (Ole Kirk Christiansen), אַ דענישער שפּילכל-מאַכער. קריסטיאַנסען האט געמאַכט [[האלץ|האָלצערנע]] שפּילכלעך פֿאַר קינדער. ער האט געמאַכט און פֿאַרקויפֿט זיינע ערשטע פּלאַסטיק לעגאָ פּאַקונגען אין די 1940ער. פֿון דעמאָלט אָן, לעגאָ שפּילכלעך זענען געווארן זייער פּאָפּולער און ווערן באַקאַנט און באַליבט דורך מענטשן פֿון פֿאַרשידענע לענדער, סיי קינדער און סיי דערוואַקסענער.
שורה 8:
 
כמעט אַלע ציגלען פֿון לעגאָ פּאַקונגען קענען ווערן פֿאַרבונדן. נייע ציגלען פֿון היינט קענען ווערן פֿאַרבונדן מיט אַלטע ציגלען פֿון לאַנג צוריק. ווייל לעגאָ איז געווארן זייער פּאָפּולער ווערט דאָס וואָרט "לעגאָ" אָפֿט באַנוצט צו באַשרייבן קאָנסטרוקציע-בלאָקן אין אַלגעמיין. עס זענען דא מיליאָנען לעגאָ אָנהענגער און קאָנגרעסן וועלטווייט.
 
== לעגא פאקונגען ==
זינט די 1950ער יארן האט דער לעגא גרופע פאבריצירט טויזנטער פאקונגען מיט פארשידענע טעמעס ווי [[קאסמאס]], [[ראבאט]]ן, [[ים-רויבונג|פיראטן]], [[באן|באנען]], [[וויקינג]]ן, [[שלאס|שלעסער]], [[דינאזאווער]]ס, אונטערוואסער פארשונג און דער [[אלטער אמעריקאנער מערב|ווילדער מערב]]. א טייל קלאסישע טעמעס וואס קאנטינוירן ביז איצט זענען "לעגא שטאָט" (א ליניע וואס אילוסטרירן שטאָטישע לעבן, זינט 1973) און "לעגא טעכניק" (א ליניע וואס סימולירט קאמפלעקסע מעכאנישע פראצעסן, זינט 1977).
 
אדורך די יארן האט לעגא באקומען די רעכטן צו פאבריצירן א סאך טעמעס באזירט אויף טעלעוויזיע, פילם און ווידעא שפילן קאנצעסיעס ווי "[[באטמאן]]", "[[אינדיאנע דזשאנס]]", "[[פיראטן פון די קאריביען]]", "[[הארי פאטער (פילם סעריע)|הארי פאטער]]", "[[שטערן קריג]]" און "[[מיינקראפט]]". כאטש א טייל די ליצענצירטע טעמעס ווי "שטערן קריג" און "אינדיאנע דזשאנס" זענען געווען זייער געראטן האט לעגא געזאגט אז זי וויל זיך אָנלענען מער אויף אירע אייגענע כאראקטערן און קלאסישע טעמעס און ווייניק אויף מעדיע באזירטע טעמעס.
 
איין פון די גרעסטע אפיציעלע לעגא פאקונגען איז געווען דער [[מילעניום פאלקאן]] פון "שטערן קריג" אין [[לעגא מיניפיגור|מיניפיגור]] סקאלע. זי איז אויסגעפורעמט געווארן דורך יענס קראנוואלד פרעדריקסען און באפרייט געווארן אין 2007 מיט 5,195 טיילן. שפעטער איז א [[טאזש מאהאל]] מאדעל באפרייט געווארן מיט 5,922 טיילן. א צווייטע ווערסיע פונעם מילעניום פאלקאן מיט 7,541 טיילן איז באפרייט געווארן אין 2017.
 
== זעט אויך ==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/לעגא"