אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שמשון האגער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
{{אדמו"ר
|נאמען= רבי ברוך שמשון האגער
|טיטל= מאנסי- וויזשניצער רבי פון בית שמש
|בילד= אדמור מויזניץ בית שמש שליטא.jpg
|באשרייבונג=
|עיקר חיבור=
|געבורט דאטע= [[ז' שבט]], [[ה'תשכ"ד]]
|געבורט ארט= [[מאנסי]]
|חסידות= וויזשניץ מאנסי
|הויף ארט= [[בית שמש]] [[ישראל]]
|נומער אין דינאסטיע= 2
שורה 24:
|קינדער3=
}}
רבי '''ברוך שמשון האגער''' (געבוירן [[ז' שבט]] [[ה'תשכ"ד]]), איז דער הויפט [[וויזשניץ מאנסי (הויף)|מאנסי-וויזשניצערויזשניצער]] רבי אין ארץ ישראל ([[בית שמש]] און [[בני ברק]]).
 
==לעבענסגעשיכטע==
רבי ברוך שמשון איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשכ"ד אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]] צו זיין פאטער, [[רבי מרדכי האגער]], דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי, און צו זיין מוטער מרת סימא מירל, טאכטער פון הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]] פון [[סקווירא (הויף)|סקווירא]].
אין יאר [[ה'תשמ"ג]] האט ער געהייראט מרת מרים, טאכטער פון זיין שוועסטער-קינד רבי [[ישראל האגער (בני ברק)|ישראל האגער]], דער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
נאך זיין חתונה איז ער אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל. עטליכע יארן שפעטער איז ער באשטימט געווארן רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין בני ברק, דארט וואו האט ער געוואוינט פאר פילע יארן. אנפאנג פון די [[ה'תש"ס]] יארן האט ער אויפגעגרינדעט אין [[בית שמש]] א [[בית מדרש]] און א קהילה וואס האט זיך היפש פארברייטערט מיט די יארן, און אנשליסנד האט ער געטוישט זיין וואוינארט צו בית שמש מיט דער דערמונטערונג פונעם פאטער און פונעם שווער. היינט איז ער דער וועג ווייזער פון הונדערטער חסידים. ער איז באוואוסט אלס א גרויסער תלמיד חכם, און פילע חסידים קומען צו אים פאר עצות און ברכות. טראצדעם וואס ער וואוינט אין בית שמש פארט ער אפטמאל קיין בני ברק צו פארברענגן שבתים מיט די חסידים. זיין פעטער און רעביצינ'ס זיידע הרה"ק בעל ה"[[משה יהושע האגער|ישועות משה]]" פון וויזשניץ, פלעגט פילמאל זיך איבערשרייבן מיט אים אין עניינים פון לימוד.
נאך דער פטירה פון זיין פאטער אום [[כ"ט אדר]] [[ה'תשע"ח]], איז ער באקרוינט געווארן אלס דער הויפט רבי פון וויזשניץ-מאנסי אין ארץ ישראל (בית שמש און בני ברק).
 
==קינדער==
שורה 40:
*רבי '''יוחנן'''. האט געהייראט בזיווג ראשון זיין שוועסטער-קינד'ס טאכטער מרת '''חיה פייגא''', טאכטער פון רבי ישראל שנעעבאלג‏, איידעם פון רבי [[פנחס שלום האגער]] נאכדעם וואס זי איז נפטר אונטער טראגישע אומשטענדען, בלויז צוויי טעג נאך געבן א געבורט צום ערשטן קינד, האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת '''טראנא'''.
*מרת '''יוכבד''', ווייב פון הרב '''שלמה יהודה זלמן לייב''', זון פון רבי '''אליעזר ערנסטער''', אב"ד מאור חיים [[צפת]].
*מרת '''הינדא''', ווייב פון איר שוועסטער קינד'ס זון, הרב '''שמואל צבי האגער''', זון פון רבי '''חיים מאיר''', זון פון רבי '''[[פנחס שלום האגער]]''', געוועזענער רב פון דער [[ וויזשניץ מאנסי (הויף)|מאנסי-וויזשניצער]] געמיינדע אין בארא פארק, בעל מחבר ספר '''אור שלום''', און דאס עלטסטע קינד פונעם פרירעדיגן וויזשניצער רבי פון מאנסי, רבי '''[[מרדכי האגער]]''', גרינדער פון דעם מאנסי- וויזשניצער הויף.