אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 21:
==רבנישע ספֿרים==
 
לױט דער [[גמרא]] [[בבא בתרא]] י״ד האָט שמואל געשריבן די ספֿרים [[ספר שופטים|ספֿרים שופֿטים]], [[מגילת רות|רות]] און זײן ספֿר[[ספר שמואל]] ביז דעם סיפּור, װי שמואל איז געשטאָרבן, און פֿון דאָרט ביזן סוף האָבן געשריבן [[גד החוזה]] און [[נתן הנביא]]. די [[תנ"ך|תנ״ך]]־קריטיק װײזט אױך אָן, אַז דאָס צװײטע ספֿר שמואל איז געשריבן גשואָרן ניט דורך דער זעלבער פּערזאָן, װאָס האָט געשריבן דאָס ערשטע ספֿר; לױט טײל מײנונגען איז עס געװען אַ טײל פֿון די „דברי הימים למלכי יהודה”, װאָס װערן דערמאָנט אין ספֿר מלכים.
 
צום ספֿר שמואל איז פֿאַראַן אַ [[מדרש]] באַקאַנט מיטן נאָמען „[[אגדת שמואל]]”, װערט דערמאָנט צוערשט אין [[רש״י]] (שמואל א' כ' און אַנדערע ערטער) װי אױך אין רש״יס ספֿר „[[הפרדס|הפּרדס]]” מיטן נאָמען „[[מדרש עת לעשות לה']]”. לױט דער מיינונג פֿון [[שלמה באבער|שלמה באָבער]] איז דער מדרש נתחבר געװאָרן אין ארץ־ישראל אין דער [[גאונים]]־עפּאָכע.