אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 36:
א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".
 
דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די [[אמעריקאנישע רעוואלוציע|אמעריקאנער רעוואלוציע]]. דעם [[4טן יולי]] [[1776]] האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער [[דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט (פאראייניגטע שטאטן)|דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט]], וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.
 
במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.
שורה 49:
 
== היסטאָריע ==
אין די צײטן פונעם מיטלאלטער האָט מען בכלל נישט געוואוסט פונעם אמעריקאנעראמעריקאנישן קאָנטינענט; מען האָט געמיינט, אז נאָך [[אייראפע|אייראָפּע]] גייט דער [[אטלאנטישער אקעאן|פּאצי]][[פאציפישער אקעאן|פישער אָקעאן]]. עס איז געווען א גרויסער שּפּאנישער [[מאטראס|מאטראָס]], וואָס האָט געהייסן [[קריסטאפער קאלומבוס|קריסטאָפער קאָלומבוס.]] ער האָט געהאלטן, אז אויב מען פאָרט לאנג אויפן אטלאנטישן אָקעאן, קומט מען אָן אין [[אינדיע|אינדיע.]] ער האָט געפּועלט בײ דער שפּאנישער קעניגין, אויב מען גיט אים איבער א גרויסע שיף מיט געלט און מענטשן, וועט ער מאכן א נסיעה און דערמיט פארקירצן דעם וועג קיין אינדיע. ער האָט אויפגעוויזן, אז דאָס וועט אויפהייבן דעם עקספּאָרט-אימפּאָרט פון איבעראל, און [[שפאניע|שפּאניע]], וואָס איז דאן געווען א וועלטמאכט, וועט דערפון שטארק בענעפיטירן.
 
נאָך א לאנגער נסיעה איז ער אָנגעקומען צו דער טרוקעניש און האָט דאָרט געטראפן א סך אומצוויליזירטע מענטשן. ער און זײנע מענטשן האָבן געמיינט, אז זיי האָבן אנטדעקט א קורצן וועג קיין אינדיע, דערפאר האָט ער אָנגערופן די מענטשן אינדיאנער. דאָס איז געווען אין 1492.
שורה 66:
=== די מלחמה פאר אומאָפּהענגיקייט ===
 
אזוי ווי ענגלאנד איז פאקטיש געווען דער בעל הבית אויף דער טעראטאָריע האָט זי פרובירט דאָס אויסניצן צום מאקסימום. דער דעמאלטדיגער ענגלישער קעניג [[געארגג דער דריטער|געאָרג דער דריטער]] האָט ארויפגעלייגט שווערע שטײערן אויף די אײנוואוינער. די אײנוואוינער האָבן פארלאנגט, אז אזוי ווי זיי זענען א חלק פונעם ענגלישער קעניגרײך, זאָלן זיי קענען וויילן א פארטרעטערשאפט אין דעם ענגלישן פּארלאמענט, וואָס זאָל זיך אָננעמען פאר זיי, און נישט דערלאָזן די אומיושרדיגע שטײערן. דער קעניג האָט זיי דאָס נישט געוואָלט נאָכגעבן. דאָס האָט געברענגט דערצו, אז אין דער צווייטער העלפט פונעם 17טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן א באוועגונג, וואָס זי האָט זיך אָנגערופן "די אמעריקאנעראמעריקאנישע [[רעוואלוציע]]" . די מענטשן האָבן אָנגעהויבן פארלאנגען מער פרײהייט, ענגלאנד איז נישט גרייט געווען זיי דאָס צו געבן, אזוי אז אין יאָר 1763 האָבן זיך צוזאמען גענומען דרײצן [[קאלאניע|קאָלאָניע]]ס, וואָס האָבן נישט געוואָלט זײן אונטער בריטאניע און אין אפּריל 1775 האָט די מלחמה פאר [[אומאפהענגיקייט|אומאָפּהענגיקייט]] אויסגעבראכן אונטער [[גענעראל]] [[דזשארזש וואשינגטאן|דזשאָרזש וואשינגטאָן]] און דעם [[4טן יולי]] 1776 האָט [[טאמעס זשעפערסאן|טאָמעס זשעפערסאָן]] אָנגעשריבן די [[דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט|דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט]] פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
 
די ערשטע דרײצן לענדער, וואָס האָבן זיך דערקלערט אומאָפּהענגיק און זענען געוואָרן א חלק פון דער נײער מדינה, זענען [[דעלאווער]], [[פענסילוועניע|פּענסילוועניע]], [[ניו דזשערסי]], [[דזשארזשיע (שטאט)|דזשארזיע]], [[קאנעטיקעט|קאָנעטיקעט]], [[מאסאטשוסעטס]], [[מערילענד]], [[דרום קאראליינע]], [[ניו העמפשער|ניו העמפּשער]], [[ווירדזשיניע]], [[ניו יארק|ניו יאָרק]], [[צפון קאראליינע]] און [[ראוד איילענד|ראוד אײלענד]].
שורה 143:
 
=== איינקונפט ===
[[טעקע:2005 Half Dollar Rev Unc P.png|קליין|150px|אמעריקאנעראמעריקאנישע מטבע פון א האלבן דאלאר]]
די דורכשניטליכע יערליכע איינקונפט פאר א הויזגעזינד ריכטיג פאר 2005 איז 46,326 דאלאר, אבער מיט וועזנטלעכע אונטערשיידן צווישן די שטאטן. למשל, ווען די יערליכע איינקונפט אין [[ניו דזשערסי]] איז געווען $60,246, איז זי אין [[מיסיסיפי]] געווען $34,396. די דורכשניטליכע יערליכע איינקונפט פאר א מענטש איז געווען $25,036.
 
שורה 170:
=== די עקזעקוטיווער אָרעם ===
נאך דעם וואס דער געזעץ געבער פירן דורך א געזעץ קומט אריין דער פרעזידענט מיט זיינע פופצן מיניסטארן. זיי זענען '''די אויספירער''' וואס ווערן גערופן די עקזעקוטיווע ארעם, זייער אויפגאבע איז אויסצופירן אלץ וואס דער קאנגרעס האט באשטימט. זיי פירן אן די טאג טעגליכע ווירטשאפט אין דער פעדעראלער רעגירונג, ס'ווערט אנגערופן ביים המון עם גאווערמענט, דאס עקזעקיוטיוו פליגל קען נישט איינפירן נייע געזעצן (דאס איז די ארבעט פון דעם ערשטן פליגל די געזעץ געבער) און אויך נישט טוישן וואס דאס איז די ארבעט פון יורידיסקוציע, דאס עקזעקיוטיווע פליגל איז געמאכט געווארן בלויז אויספירן וואס מען פון פריער באשטימט, די אנפירער איז אלעמאל דער פרעזידענט, דאס איז א ליסטע פון אלע דעפארטמענטן:
 
 
 
1. (State), אויסערן אינטערעסן געגרינדעט 1789, באשיצן ציווילע אין נישט ציווילע פאסאזשירן, דיפלאמאטישע באציאונגען