אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 48:
|accessdate={{ר}}14טן יולי 2011}}</ref> זי איז צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס. קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פֿארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען. זי פֿארמאגט רעגנדיגע וועלדער, שיינע גראזלאנד, [[דעסיידיאוס]] וועלדער, טונדרע לאנד (שטחים אן ביימער אדער אנדערע געוויקסן), און נאס לאנד. קאנאדע האט מער [[אזערע]]ס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד. זי איז בארימט מיט איר דעקאראציע וועלכע אטראקט מיליאנען טוריסטן יערליך. אירע אוצרות פער מענטש איז די צווייטע רייכסטע אין דער וועלט נאך [[אויסטראליע]].
 
קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס ווי עס איז דא אין דעם שטאַט קאליפארניע, וועלכע איז נאר א 25טל די גרויסקייט פון קאנאדע. די סיבה דערפון איז, ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט. רוב [[קאנאדער]] וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט, פֿון וועלכע די גרעסטע זענען: [[טאראנטא]], [[אנטעריא]]; [[מאנטרעאל]], [[קוויבעק]]; [[ווענקואווער]], [[בריטיש קאלאמביע]] און [[עדמאנטאן, אלבערטא]]. די אפיציעלע שפראכן זענען [[ענגליש]] און [[פראנצויזיש]] וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער. קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פֿראנצויזן, אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזענטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן, זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען. אין די לעצטע 30 יאר, און נאך היינט, זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון [[אזיאנעראזיע|אזיאטישע]] לענדער.
 
קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ, מינעראלן, און עכט פֿריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט. רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר [[היידרא-עלעקטריק]] באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע. קאנאדע האט אויך א גרויסע פֿאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג. די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריע איז טראנספארטאציע. כאטש קאנאדע'ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר פאבריקאציע איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין: טראנספארטאציע, האנדל, פינאנץ, פערזענלעכע באדינסטן, און רעגירונג.