אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
מאין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 83:
א וויכטיגער קאפּיטל אין דער געשיכטע פון די פאראייניגטע שטאטן איז דער בירגער-קריג, וואָס האָט אויסגעבראָכן אין יאָר [[ה'תרכ"א]], עס איז באקאנט מיטן נאָמען '''דער קאמף פון דעם צפון מיטן דרום'''. די דרומדיגע לענדער פון די פאראייניגטע שטאטן האָבן באשעפטיגט איבער א מיליאָן שווארצע קנעכט, די זענען געווען שווארצע מענטשן, וואָס מען האָט געצוואונגענערהייט געברענגט פון [[אפריקע]]. די דרום שטאטן האָבן געהאט א סך פעלדער אין זייער באנוץ, און עס איז זיי געווען וויכטיג צו האָבן אסאך ארבעטערס פאר די תבואה און פרוכטן. די צפון אײנוואוינער אין שפיץ פונעם פּרעזידענט [[אברהם לינקאלן|אברהם לינקאָלן]] האָבן אויפגעפאָדערט די דרום לענדער צו באפרײען די קנעכט, וויבאלד דאָס איז קעגן דעם מענטשליכן מאָראל און קעגן די פארשריפטן פון דער דעקלעראציע פון אומאָפּהענגיקייט פון די פאראייניגונג, וואס לויטעט, אז אלע מענטשן זענען באשאפן געוואָרן פרײ. די דרומדיגע האָבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם פרעזידענטס פאָדערונג, זיי זענען געגאנגען א טריט ווײטער און האבן דערוויילט א נײעם פּרעזידענט, מיטן נאמען [[זשעפערסאן דעוויס|זשעפערסאָן דעוויס]], זיי האָבן געלאָזט וויסן אז זיי טיילן זיך אָפּ פון די פאראייניגטע שטאטן. לינקאָלן האָט דאָס נישט צוגעלאָזט און איז ארויס מיט א בלוטיגן קאמף קעגן די דרום שטאטן, עס האָט זיך געצויגן פיר יאָר, און איבער זעקס הונדערט טויזענט סאָלדאטן זענען געהרגעט געוואָרן. צום סוף האָבן זיך די דרום'דיגע אונטערגעגעבן, די יוניאָן האָט זיך צוריק פאראייניגט, און די שווארצע קנעכט זענען ארויס פרײ. (פרעזידענט לינקאָלן איז דערמאָרדערט געוואָרן איינצלנע טעג נאָך דעם, וואָס די דרום'דיגע לענדער האָבן זיך אונטערגעגעבן).
 
== דערדי אמעריקאנער פאָן ==
דערדי פאָן אין אמעריקע האָט דרײ קאָלירן: רויט, בלוי, און ווײס. עס האָט דרײצן פּאסן, טייל רויט און טייל ווײס, דאָס סימבאָליזירט די דרײצן גרינדעדע קאָלאָניעס, און עס האָט פופציג ווײסע שטערן אויף א בלויען גראדעגיגןגראדעקיגן הינטערגרונט, דאָס זענען די פופציג שטאטן וואָס זענען דערין פאראייניגט.
 
== א פאָלק פון אימיגראנטן ==