אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראײניגטע שטאטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רעדאַקטירונגען פֿון מליארדר צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער
טאַג: צוריקדריי
מאין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 29:
| באמערקונגען =
}}
די '''פֿאַראײניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע''' ({{שפראך-en|United States of America}})—געוויינלעך גערופן בלויז די '''פֿאַראײניקטע שטאַטן'''—איז אַ [[פעדעראליזם|פעדעראַלע]] [[דעמאקראטיע|דעמאָקראַטישע]] [[רעפובליק|רעפּובליק]] אין [[צפון אמעריקע]] װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין יאָר [[1776]]. זייער הױפּטשטאָט איז [[װאַשינגטאָן די. סי.]] די רעפּובליק נעמט ארײן 50 שטאַטן און דעם פעדעראלן [[דיסטריקט פון קאלומביע|דיסטריקט פון קאָלומביע]]. דער גרעסטער שטאַט איז [[אלאסקע]] אין צפון-מערב פון דעם קאָנטינענט פון צפון אמעריקע. דער שטאַט [[האוואי]] איז אין דעם [[פאציפישער אקעאן|פּאציפישן אָקעאן]]. די אנדערע 48 שטאטן מיט דעם דיסטריקט פון קאָלומביע געפינען זיך צווישן [[קאנאדע]] אין צפון און [[מעקסיקא]] אין דרום. אין מזרח איז א בארטן מיטן [[אטלאנטישער אקעאן|אטלאנטישן אָקעאן]] און אין מערב מיטן פּאציפישן אָקעאן. אויך האָט די מדינה פינף באוואוינטע און נײן נישט־באוואוינטע אינזלען אינעם פּאציפיקפּאציפישן און אינעם [[קאראאיבישער ים|קאראאיבישן ים]].
 
דער ערשטער פּרעזידענט איז געווען [[דזשארזש וואשינגטאן|דזשאָרדזש וואַשינגטאָן]].
שורה 36:
א בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן ווערט אָנגערופן אן "אמעריקאנער".
 
דאָס לאנד האָט זיך אנטוויקלט פון די 13 בריטישע קאָלאָניעס אויפן אטלאנטישן בארטן אינעם 18טן יאָרהונדערט. צוליב אמפערייען צווישן דער בריטישער רעגירונג אין די קאָלאָניעס איז געשען די [[אמעריקאנישע רעוואלוציע|אמעריקאנער רעוואלוציע]]. דעם [[4טן יולי]] [[1776]] האָבן דעלעגאטן פון די 13 קאָלאָניעס ארויסגעגעבן זייער [[דעקלאראציע פון אומאפהענגיקייט (פאראייניגטע שטאטן)|דעקלאראציע פון אומאָפּהענגיקייט]], וואָס האָט געגרינדעט די מדינה.
 
במשך פונעם 19טן יאָרהונדערט האָבן די פאראייניגטע שטאטן זיך פארשפּרייט איבער דעם קאָנטינענט ביז צום בארטן פונעם פּאציפישן אָקעאן.