אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 31:
 
==לעבנסגעשיכטע, פירערשאפט און אייגנשאפטן פונעם רבי'ן==
רבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תש"א, אין דער שטאט [[יאס]], [[רומעניע]], אלס א בן יחיד צו זיין פאטער הרה"ק רבי [[יעקב יוסף טווערסקי]], דער פריערדיגער סקווערער רבי און גרינדער פון [[שיכון סקווירא]] אין וועלכער געפינט זיך אין הינטערלאנד [[ניו יארק]], און צו זיין מוטער מרת [[טראני טווערסקי]], א טאכטער פון רבי [[פינחס טווערסקי]] פון [[אוסטילע]]), און אן אייניקל פון הרה"ק [[ישכר דוב רוקח (א)|מהרי"ד]] מ[[בעלזא]]. אין יאר [[ה'תש"ה]] האט די משפחה זיך אריבערגעצויגן קיין [[בוקארעשט]], און ער איז געקומען קיין [[אמעריקע]] אין יאר [[ה'תש"ח]], צוזאמען אינאיינעם מיט די עלטערן און די איבעריגע משפחה. ער האָט [[חתונה]] געהאַט אין [[ט"ו באב]] [[ה'תשי"ט]] אין [[קרית וויזשניץ]] [[בני ברק]], מיט הרבנית [[חנה חיה טווערסקי|חנה חיה האגער]], די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי [[משה יהושע האגער]], דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון בני ברק, און פון מרת [[לאה אסתר האגער|לאה אסתר]]. זייענדיג 28 יאר אלט אין יאר [[ה'תשכ"ח]], נאך דער פטירה פון זיין פאטער, האט ער איבערגענומען די רביסטעווע.
 
זיינע חסידים זענען פארגלייבט פאר יעדעס ווארט וואס ער זאגט נאר און האלטן פון אים גאר שטארק, און בכלל וועלן חסידי סקווירא באשיצן זייער רבי'ן פאר יעדן פרייז. דער סקווערער רבי איז באקאנט אלס א וואונדערליכער פועל ישועות וואו פילצאליגע אידן ווערן ערמוטיגט, אויפגעראכטן, און געהאלפן פון זיינע ברכות.
 
ספעציעל איז ער באקאנט אלס א גרויסער מומחה אויף דאקטוירים און רפואה, און צוליב זיין באהאוונטקייט און וויסנשאפט אינעם מעדיצינישער געביט קומען צו אים מענטשן אפילו פון זייער ווייטע פלעצער אום דורכרעדן מיט אים וועגן עניינים פון רפואה, און באקומען בעראטונג. דער רבי איז באוואוסט מיט זיין אהבת ישראל. טאג טעגליך שטראמען צו אים זיך פראווען, מענער און פרויען אפילו פון די שוואכסטע שטאפל, פון אלע קרייזן און סארטן, רייכע מיט ארימע, פרומע און פרייע, און אזוי ווייטער, וועלכע נעמט ער נעמט אייביג אויף מיט א ברייטן שמייכל. און ער הייסט היינט איינער פון די גרעסטע פראווערערס, זייענדיג אפען פארן ציבור יעדן טאג אכט שעה.
 
טראץ זיין צימליך הויכן עלטער, פארפאסט ער נישט פון צו פירן דריי [[טיש]]ן יעדן שבת, אן קיין תירוצים.
 
דער סקווערער רבי איז באוואוסט אויף דעם וואס ער רירט זיך נישט אוועק פון דאס וואס "דער טאטע" האט געטון. און האלט אן טראץ זיין שוואכקייט און הויכן עלטער קע"ה, אלע מנהגים, תעניתים, וסגופים פון דער סקווערער רבי ז"ל.
 
דער רבי איז אויך באוואוסט אלס איינער וואס דערווייטערט זיך פון יעדעריעדן מחלוקת אזוי ווי פון א פייער, און ער איז קיינמאל נישט געווען פארוויקלט אין סיי וועלכער שטרייט, און אזוי האט ער אויך אויפגעצויגן זיינע קינדער וועלכע האלטן זיך אייביג באחדות און שטיצן איינער דעם צווייטן מיט ליבשאפט און הויכער שאצונג, אהן זיך אריינמישן אין קיים שום מחלוקת. צווישן די אנדערע, צוליב דעם פאקט איז ער אנגענומען כמעט ביי אלע קרייזן און שיכטן פונעם [[חרדים|חרדי'שן אידנטום]].
 
== משפחה==