אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טויט מארש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 25:
די עוואַקואַציע פֿונעם [[דארא-מיטעלבאו]] לאַגער האָט זיך אויך אָנגעהויבן אום אַפּריל. רובֿ פֿונעם לאַגערס אַרעסטאַנטן זענען מאַרשירט געוואָרן פֿאַר צוויי וואָכן קיין [[בערגן-בעלזן]]. איין גרופּע אַרעסטאַנטן איז געצווינגען געוואָרן אַריין צו גיין אין אַ שטאַל וואָס איז דאַן אינטערגעצינדן געוואָרן. [[אַמעריקאַנער]] טרופּעס זענען אָנגעקומען דעם אַנדערן טאָג און אַנדעקט הונדרעטער פֿאַרברענטע קערפּערס.
 
אום ענדע אַפּריל האָבן די [[נאַציס]] אָנגעהויבן דורכצופֿירן טויט מאַרשן פֿון [[פלאסענבערג]], [[זאכענהאוזען]], [[נענגאמע]], [[מאגדעבורג]], [[מאטהאוזען]], [[ראווענסברועק]], און פֿון נאָך עטלעכע פֿון די [[דאקא]]דאכוי אונטערלאַגערן. בשעת די מאַרשן, וועלכע האָבן אנגעהאַלטן ממש ביז צום טאָג פֿון דער נאַצישער קאַפּיטולירונג צוויי וואכן שפּעטער, זענען צענדליקער טויזענטער אַרעסטאַנטן געשטאָרבן אָדער הינגעריכטעט געוואָרן. די וואָס זענען אָפּגעשטאַנען אָדער זיך אָפּגעשטעלט אויסצורוען זיך, אַפֿילו אויף אַ רגע, זענען דערשאָסן געוואָרן. אין איין פֿאַל זענען טויזענטער מייסטנס [[אונגערישע]] אַרעסטאַנטן באַגראָבן געווארן לענג-אויס אַ קורצן 37-מייליגן מהלך צווישן [[גונסקריכען]] און
 
[[מאטהאוזען]].