אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "טויט מארש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
טאַגן: וויזועלער רעדאקטירונג מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
שורה 11:
במשך פֿונעם ווינטער פֿון 1944-1945 האָבן די דייטשן געוויסט אַז זיי האָבן בעצם פֿאַרלוירן דעם קריג. דאָס האָט זיי געברענגט צו עוואַקואירן די [[קאנצענטראציע לאגער|קאָנצענטראַציע לאַגערן]] אין [[פוילן|פּוילן]], און צווינגן זייערע אַרעסטאַנטן צו מאַרשירן קיין [[דייטשלאַנד]]. די אידן זעלבסט האָבן געלעבט אין שטענדיקן פּחד פֿון דערמאָרדעט ווערן בעת די לעצטע פֿאַזעס פֿונעם קריג וויבאַלד מען האָט זיי מער נישט געדאַרפֿט פֿאַר קיין אַרבעט.
 
דעם 18טן יאַנואַר 1945, האָט זיך די עוואַקואַציע פֿון [[אוישוויץ]] און זיינע אונטערלאַגערן אָנגעהויבן. אַרום 60,000 מיינסטנס אידישע אַרעסטאַנטן, זענען מאַרשירט געוואָרן קיין [[לאסלאו|וואדזיסלאוו]] ([[Loslau]] אויף דייטש), ווו זיי זענען פּלאַצירט געוואָרן אויף געפּאַקטע פֿראַכט באַנען און טראַנספּאָרטירט געוואָרן צו אַנדערע [[קאנצענטראציע לאגער|קאָנצענטראַציע לאַגערן]] ווייטער אויף מערב, אַזעלכע ווי [[גראס-ראזען|גראס ראזען]], [[דאקאדאכוי]], און [[מאטהויזן]]. צום ווייניקסטנס 15,000 מענטשן זענען געשטאָרבן אָדער דערהרגעט געוואָרן ביי דעם באַזונדערן טויט מאַרש. דריי טעג שפּעטער, דעם 21טן יאַנואַר, זענען 4,000 אַרעסטאַנטן, מייסטנס אידן פֿאַרשיקט געוואָרן פֿונעם ? לאַגער. אין דעם חודש האָבן די דייטשן אויך אָנגעהויבן אויסליידיגן דעם [[סטוטהאף]] לאַגער קאָמפּלעקס-נעץ וועלכער האָט אין יענער צייט געהאַלטן 47,000 אַרעסטאַנטן, איבער 35,000 פֿון זיי אידן רובֿ פֿון זיי פֿרויען. אַ סך-הכל פֿון 7,000 אידן 6,000 פֿרויען און 1,000 מענער האָבן געצווינגנערהייט מאַרשירט פֿאַר 10 טעג. זיבן הונדרעט זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינמיטן וועג. די וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם מאַרש אליין זענען אָנגעקומען צום [[באלטישער ים|באַלטישן ים]] דעם 31טן יאַנואַר. דעם זעלבן טאָג האָבן די [[נאציזם|נאַציס]] אריינגעשטופּט די איבערגעבליבענע אַרעסטאַנטן אינעם ים אַריין און זיי געשאָסן― בלויז דרייצן האָבן איבערגעלעבט.
 
די עוואַקואַציע פֿונעם הויפּט לאַגער פֿון [[גראָס-ראָזען]] און זיינע אונטערלאַגערן האָט זיך אָנגעהויבן אום פֿעברואַר 1945. אַלץ אינאיינעם זענען 40,000 אַרעסטאַנטן מאַרשירט געוואָרן, און טויזענטער זענען דערמאָרדעט געוואָרן לענג-אויס דעם וועג.