אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 275:
== אידן אין קאנאדע און איר היסטאריע ==
 
עס וואוינען היינט ארום 350,000 אידן אין קאנאדע צושפרייט אין 8 שטעט. די גרעסטע צאל אידן וואוינען אין טאראנטא וואו עס איז פאראן די מערסטע ביזנעס. אבער דאס איז נאר אין די לעצטע צענדליגער יארן. בעפאר דעם האבן רוב קאנאדישע אידן געוואוינט אין מאנטרעאל וועלכע איז שטענדיג געווען די הויפט ביזנעס שטאט פון קאנאדע און די גרעסטע טייל אידישע אימיגראנטן זענען דארט באזעצט געווארן, קאנאדע'ס ערשטע שול, ק"ק שארית ישראל-ספאניש-פארטוגעזיש, איז געגרינדעט געווארן אין 777' אין מאנטרעאל נאכדעם וואס די גרופע אידן האבן געהאט געדאווענט צענדליגער יארן אין אן ארויסגעדינגענעם ארט.
די אידישע באפעלקערונג צוטיילט זיך ווי פאלגענד: טאראנטא, אנטעריא: 175,000. מאנטרעאל, קוויבעק: 100,000. ווענקאווער, בריטיש קאלאמביע: 30,000. וויניפעג, מאניטאבע: 15,000. אטאווע, אנטעריא: 12,000. קאלגערי, אלבערטא: 7,500. העמילטאן, אנטעריא און עדמאנטאן, אלבערטא" 5,000. רוב קאנאדישע אידן זענען אשכנזים אבער עס פאראן א גרויסע צאל פראנצויזיש רעדנדיגע מאראקאנער אידן וועלכע וואוינען אלע אין מאנטרעאל. מען שאצט אז ארום א דריטל פון די אידישע באפעלקערונג האלט שבת און א גרויסע טייל דערפון זענען פולע שותמ"צ (נישט פאר אונז געזאגט). די עכט אידישע באפעלקערונג ווערט קלענער פון יאר צו יאר צוליב אסאך געמישטע הייראטן (ליידער) אבער נאך אלץ איז די באפעלקערונג צאל שטארק געשטיגן אין די לעצטע יארן ביז אזוי סאך ווי 14 פראצענט, מאכנדיג איר איינע פון די שנעלסטע וואקסנדיגע באפעלקערונגען. פון די אימיגראנטן זענען 25 פראצענט רוסישע וועלכע האבן אימיגרירט אין די מאסן פון ווען די קאמוניסטישע רעגירונג איז אויפגעלעזט געווארן אין 91'. די צווייטע גרעסטע צאל פון אימיגראנטן זענען פון מדינת ישראל (ארום 20 פראצענט) וועלכע האבן איבערגעלאזט זייער לאנד און געפינען א רואיגערע און פארזיכערטערע לעבן אין קאנאדע. די פרייע און נישט פרייע קאנאדישע אידן (דאס נעמט נישט אריין די פרומע אידן) האבן עטליכע קעגנגעזעצטע מיינונגען לגבי מדינת ישראל און ווערן באטראכט אלס אזוי שטארק פרא מדינת ישראל ווי אידן איבער די וועלט. קאנאדער אידישע פירער האבן שטענדיג געארבעט אריינצוברענגען מער אידישע אימיגראנטן פון אנדערע געפלאגטע לענדער אויף וועלכע די ציוניסטישע פירער האבן געברויזט. אויך לעצטענס ארבעטן די קאנאדער אידישע פירער אריינצוברענגען אסאך אידן פון ארגענטינע אויף וועלכע די ציוניסטן ארבעטן אויך זייער שווער.
אידן האבן אנגעהויבן קומען קיין קאנאדע נאך אין די מיטעלע יארן פונעם 17טן יאָרהונדערט. די פראנצויזישע האבן דעמאלט געהאט קאנטראל אין רוב קאנאדע און האבן אויסגעשלאסן די אידן פון יעדע זאך און זיי אויסגעטיילט צרות און טיילמאל פארטריבן פון זייערע טעריטאריעס. די מאיאריטעט פון אידן זענען טאקע אנגעקומען מיט די בריטישע סאלדאטן וועלכע האבן זיך באזעצט אין מאנטרעאל און געקעמפט פאר קאנטראל איבער קוויבעק (קוויבעק איז דעמאלט געווען נאך פיל גרעסער ווי היינט און האט אריינגענומען אויך עטליכע אמעריקאנער שטעט). די בריטישע האבן נישט געטשעפעט מיט די אידן און די ביסל אידן האבן זיך געגרינדעט א קליינע שול וועלכע האט זיך גערופן "שארית ישראל" ווי פריער דערמאנט. אין אידישע היסטאריע איז באוואוסט די פרענק פאמיליע וועלכע זענען געווען פון די ערשטע אידישע פאמיליעס וועלכע האבן אמיגרירט קיין נארט אמעריקע צוזאמען מיט די בריטישע סאלדאטן מיט וועלכע זיי האבן אנגעהאלטן א נאנטע פריינטשאפט. די פרענק פאמליע האט אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט סיי אין קאנאדע און אויך אין די ערשטע אמעריקאנער שטעט. זיי זענען געווען רייך און געהאט נאנטע פארבינדונגען מיט אלע ענגלישע פירער. די פרענק פאמיליע איז געווען א אידישע סימבאל פאר דריי דורות דענאך זענען די קינדער שוין אוועקגעגאנגען פון די אידישע וועג און האבן מער נישט אינטערעסירט די אידישע באדערפענישן.
שורה 285:
עס וואוינען אין קאנאדע אלע ערליי אידן פון וועלכע רוב דערפון זענען שטארקע פארפרעמדעט פון אידישקייט אבער האלטן זיך פאראייניגט אונטער א אידישע ארגאניזאציע וועלכע רעפרעזענטירט זיי אין לאנד. די גרעסטע אזא ארגאניזאציע איז די קענעידיען דזשואיש קאנגרעס וועלכע האט זייערע הויפטקווארטיר אין מאנטרעאל און נאך 6 אקטיווע צענטערן איבער אלע ווינקלן פון קאנאנדע. נאך זיי איז פאראן נאך צוויי גרויסע אידישע ארגאניזאציעס די "בני ברית" און די "וויזו", ביידע ציניוסטישע פעדעראציעס וועלכע האבן ליב צו פארטרעטן די אידישע געמיינדע ביי יעדע נארישקייט. רוב אידן זענען ענגליש רעדנדיגע וועלכע האבן געפינען די פראנצויזישע שפראך אלס א פראבלעם. נאך אלץ איז פאראן ארום 20 פראצענט ספרדים פון די אידישע איינוואוינער וועלכע רעדן יא פראנצויזיש. א קליינער צאל אידן אין מאנטרעאל און אין טאראנטא זענען פרומע אידן, זיי ציילן ארום 5,000 פאמיליעס.
די קאנאדער פרייע אידן זענען מער טראדיציאנאל אידיש ווי די אמעריקאנער אידן און כאטש זיי אליין האלטן כמעט גארנישט, רעספעקטירן זיי מער די פרומע אידן און 40 פראצענט פון זיי אינדענטיפיצירן זיך אלס ארטאדאסיטע אידן. כשר'ע עסן איז דא צו באקומען אין טאראנטא, מאנטרעאל, וויניפעג, און אטאווע. רוב כשר'ע פראדוקטן ווערן אימפארטירט פון די פאראייניגטע שטאטן אבער מען מאכט שוין היינט אסאך עסן אין קאנאדע און טייל פון זיי ווערן עקספארטירט צו די פאראייניגטע שטאטן.
אידישקייט ווירבעלט שיין אין קאנאדע. עס זענען פאראן אסאך ישיבות און סקולס, אייגענע צייטונגען אויף מערערע שפראכן, וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פון אלע סארטן, און בעיקר א שטארקע פריינשאפט צווישן אלע קהילות. די שטאט [[מאנטרעאל]] האט די גרעסטע אידישע ביבליאטעק אין [[צפון אמעריקע]] מיט טויזענטער אידישע ארטיקלען פון הונדערטער יארן.
 
== דרויסנדיקע לינקען ==