אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
אין תקציר עריכה
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 48:
|accessdate={{ר}}14טן יולי 2011}}</ref> זי איז צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס. קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פֿארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען. זי פֿארמאגט רעגנדיגע וועלדער, שיינע גראזלאנד, [[דעסיידיאוס]] וועלדער, טונדרע לאנד (שטחים אן ביימער אדער אנדערע געוויקסן), און נאס לאנד. קאנאדע האט מער [[אזערע]]ס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד. זי איז בארימט מיט איר דעקאראציע וועלכע אטראקט מיליאנען טוריסטן יערליך. אירע אוצרות פער מענטש איז די צווייטע רייכסטע אין דער וועלט נאך [[אויסטראליע]].
 
קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס ווי עס איז דא אין דעם שטאַט קאליפארניע, וועלכע איז נאר א 25טל די גרויסקייט פון קאנאדע. די סיבה דערפון איז, ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט. רוב [[קאנאדער]] וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט, פֿון וועלכע די גרעסטע זענען: [[טאראנטא]], [[אנטעריא]]; [[מאנטרעאל]], [[קוויבעק]]; [[ווענקואווער]], [[בריטיש קאלאמביע]] און [[עדמאנטאן, אלבערטא]]. די אפיציעלע שפראכן זענען [[ענגליש]] און [[פראנצויזיש]] וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער. קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פֿראנצויזן, אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזענטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן, זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען. אין די לעצטע 30 יאר, און נאך היינט, זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון [[אזיע|אזיאנער]] לענדער.
 
קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ, מינעראלן, און עכט פֿריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט. רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר [[היידרא-עלעקטריק]] באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע. קאנאדע האט אויך א גרויסע פֿאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג. די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריע איז טראנספארטאציע. כאטש קאנאדע'ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר פאבריקאציע איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין: טראנספארטאציע, האנדל, פינאנץ, פערזענלעכע באדינסטן, און רעגירונג.
 
קאנאדע איז א פארלאמענטארישע דעמאקראטיע אין וועלכע די פעדעראלע, פראווינציאלע, און טעריטאריאלע רעגירונגען זענען 100 פראצענט ערוועלט. וויאזוי אימער, איז אבער קאנאדע'ס ריכטיגע סאווערען (הערשער) א מאנארך, וועלכע איז די קעניגן פון דעם [[פאראייניגטע קעניגרייך|פאראייניגטן קעניגרייך]]. די קעניגן איז רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך א [[גובערנאטאר-גענעראל|גאווערנער-גענעראל]] און 10 לוטענענט גאווערנערס. קאנאדע'ס קאנסטיטוציע גאראנטירט יושר צו אלע בירגערס און די פעדעראלע און פראווינציאלע מאכט ווערט אויסגעלייגט אונטער דער קאנסטיטוציע. אבער מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פילע פראגראמען וועלכע געבן א ברייטע אויסוואל פון סאציאלע סערוויסעס פאר דידער פובליק.
 
ארגינעל זענען די ערשטע קאנאדער געווען אן אינדיאנער פֿאלק. זיי זענען געווען די ערשטע מענטשליכע באשעפענישן וועלכע האבן באטראטן די קאנאדער ערד. דער נאמען קאנאדע האבן זיי באלד אין אנהויב באשטימט. דער באדייט איז אין זייער שפראך: דארף אדער קאמיוניטי. עס האט געדויערט 250 יאר ביז די ערשטע אייראפעאישע גרופע האט זיך באזעצט אין קאנאדע.
די אייראפעאישע זענען געקומען אין גרופעס אין א משך פון 50 יאר און זענען געווען צוטיילט אין צוויי טיילן. צו ערשט זענען געקומען פֿראנצויזישע און שפעטער ענגלישע. די צוויי פֿעלקער האבן זיך באזעצט אויף צוויי אנדערע עקן, די פֿראנצויזן אויף מזרח און די ענגלישע אויף מערב. אין 760' האט בריטןבריטאניע באזיגט די פראנצויזן אין קאנאדע און געווארן דאס בלויזע קעניגרייך וועלכע גייט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג כאטש קאנאדע פארמאגט אן אייגענע פארלאמענטארישע רעגירונג. די פראנצויזן האבן אבער נישט פֿארלאזט קאנאדע און האבן שטענדיג פרובירט זיך צוזאמענצוהאלטן מיט זייער שפראך און קולטור. דאס איז א באזונדערע קאפיטל אין קאנאדע'ס היסטאריע וועלכע האט אין די לעצטע יארן געברענגט צו א שטארקע באוועג צווישן די פראנצויזן זיך אפצוטיילן און גרינדן א זעלבטשטענדיג לאנד.
 
די מאדערנע קאנאדע איז אויסגעפֿארמט געווארן אין 1867 אין א היסטארישער פאסירונג וועלכע די קאנאדער רופן די קאנפֿעדעראציע. דריי בריטישע קאלאניעס האבן זיך דעמאלט פאראייניגט אין געגרינדעט א טיילווייז זעלבטשטענדיג לאנד פון פיר פראווינצן. זינט דעמאלט זענען נאך זעקס פראווינצן און דריי טעריטאריעס צוגעלייגט געווארן צו קאנאדע'ס זעלבסשטענדיגן לאנד. קאנאדע האט ערשט באקומען פולע זעלבשטענדיקייט פונעם פֿאראייניגטן קעניגרייך אין 1931 אבער באלאנגט ווייטער צו דער [[קאמאנוועלט]] אף נאציאנען, אן אסאסיאציע פון לענדער מיט נאנטע פארבינדונגען צום פֿאראייניגטן קעניגרייך.