אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משכן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
דער '''משכן''' איז דער נאָמען פֿון דעם באװעגלעכן [[בית המקדש]], װאָס די [[ייד|ײדן]] האָבן געהאַט אין דעםדער [[מדבר]]. דאָס װאָרט איז פֿון „שכן“ (װאױנען). אין [[חומש]] [[ספר שמות|שמות]] כ״ה זאָגט [[גאָט]] צו [[משה רבנו]] אַז ער זאָל זאָגן צו די ײדן, אַז יעדער זאָל געבן [[נדבה|נדבות]] „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם“, און דערפֿון זאָלן זײ מיר מאַכן אַ הײליקטום און איך װעל װאױנען צװישן זײ. דאָרט אין חומש ([[פרשת תרומה]]) װערט באשריבן אױסגעפֿירלעך װי דער משכן האָט אױסגעזען, װאָסערע [[כלים]] עס זענען געװען אינװײניק. ער איז געװען אַ געצעלט, איבערצוטראָגן פֿון אײן אָרט אין צװײטן, געמאַכט פֿון [[האלץ|האָלץ]] און באַדעקט מיט יריעות. אין משכן אין געװען דער [[ארון הברית|ארון]], דער [[שולחן]], [[מנורה]] און [[מזבח]]. אין שמות ל״ה װערט געזאָגט, אַז די אַרבעט פֿון משכן האָבן אױסגעפֿירט [[בצלאל בן אורי]] פֿון שבט יהודה און [[אהליאב בן אחיסמך]] פֿון [[שבט]] [[דן (שבט)|דן]]. אין די [[תלמוד|תלמודישע]] קװאַלן װערט אױך דאָס הײליקטום װאָס ײדן האָבן שפּעטער, אין דער צײט פֿון די [[שופטים|שופֿטים]], געהאַט אין [[שילה]], אָנגערופֿן „משכן שילה“.
 
==קוואַלן==
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/משכן"