עפענען הויפטמעניו

ענדערונגען

קיין רעדאקטירונג רעזומע
שייקספיר איז געבוירן און געהאדעוועט געווארן אין [[סטראטפארד-אויפן-אוואן]], [[וואריקשיר]]. ווען ער איז געווען אלט 18, האט ער געהייראט [[ען האטאוויי]], מיט וועמען האט ער געהאט דריי קינדער: סוזאנא און די צווילינג העמנעט און דזשודיט. צווישן 1585 און 1592, האט ער אנגעהויבן א דערפאלגרייכע קאריערע אין לאנדאן ווי אן אקטיאר, שרייבער און טייל־אייגנטומער פון א שפיל־געזעלשאפט וואס האט געהייסן די Lord Chamberlain's Men (''לארד טשעמבערליינס מען''), שפעטער באוואוסט ווי די King's Men (''קינגס מען''). ביי דער עלטער פון 49 (אומגעפער 1613), ווייזט אויס אז ער האט זיך פעניסאנירט קיין סטראטפארד, וואו ער איז געשטארבן דריי יאר נאכהער. עס זענען געבליבן ווייניג באריכטן פון שייקספיר׳ס פריוואטן לעבן.
 
צווישן [[ה'שנ"ד]] ; [[1594]] - [[ה'שנ"ז]] ; [[1597]] האט שייקספיר אנגעשריבן א קאמעדיע מיטן נאמען "[[דער סוחר פון ווענעדיג]]", וואס איינער פון אירע פערסאנאזשן איז א [[ייד]] א [[מלווה בריבית]]. אזעלכע טענהען, אז די דאזיקע פארשטעלונג איז [[אנטיסעמיטיזם|אנטיסעמיטיש]], וואס באהאנדלט דעם יידן אלס מלווה בריבית. אבער פון דער אנדערער זייט, זאגט מען, אז שייקספיר האט זיך קיין מאל נישט באגעגנט מיט קיין יידן, און פארקערט, זיין קאמעדיע קומט אפשלאגן קריסטאפער מארלאסמארלוי׳ס שרעקלעכע אנטיסעמיטישע פיעסע - "דער ייד פון מאלטא".
 
שייקספירס בארימטסטע פיעסעס זיינען "[[האמלעט]]","קעניג ליר","[[אטעלא]]","[[מאקבעט]]", "[[ראמעא און יוליע]]" און אנדערע.
 
שייקספיר האט פראדוצירט דעם מערסטן טייל פון זיינע ווערק צווישן די יארן 1589 און 1613.{{sfn|Chambers|1930a|pp=270–271}}{{sfn|Taylor|1987|pp=109–134}}{{efn|Individual play dates and precise writing span are unknown. See [[Chronology of William Shakespeare's plays|Chronology of Shakespeare's plays]] for further details.}} זיינע פריערדיקע שפילן זענען מערסטן קאמעדיעס און היסטאריעס, און א סך האלטן אז די דאזיקע ווערק זענען די בעסטע פון די זשאנערס. ביז אומגעפער 1608, האט ער געשריבן בעיקר טראגעדיעס, צווישן זיי ''[[Hamlet|האמלעט,]]'', ''[[Othello|אטעלא]]'', ''[[King Lear|קינג ליר]]'', און ''[[Macbeth|מאקבעט]]'', אלע גערעכנט צו זיי צווישן די שענסטע ווערק אין דער ענגלישער שפראך.{{sfn|Greenblatt|2005|p=11}}{{sfn|Bevington|2002|pp=1–3}}{{sfn|Wells|1997|p=399}} אין דער לעצטע פֿאזע פון זיין לעבן, האט ער געשריבן טראגיקאמעדיעס (אויך באוואוסט ווי [[Shakespeare's late romances|ראמאנען]]) און ער האט צוזאמענגעארבעט מיט אנדערע דראמאטורגן.
 
שייקספיר האט צוגעלייגט נייע ווערטער און פראזעס צו דער ענגלישער שפראך. ער האט געמאכט מער פאפולער טייל ווערטער.<ref>{{cite web|url=http://news.nationalgeographic.com/news/2004/04/0419_040419_shakespeare.html|title=Shakespeare's Coined Words Now Common Currency|first=Jennifer|last=Vernon|work=news.nationalgeographic.com|date={{ר}}22סטן אפריל 2004|accessdate=27סטן מערץ 2011}}</ref> ער האט געשאפן מער ווי 1,700 ענגלישע ווערטער.<ref>[http://www.shakespeare-online.com/biography/wordsinvented.html נייע ווערטער וואס שייקספיר האט ערפינדן] {{לינקשפראך|ענגליש}}</ref>
 
== ביאגראפיע ==
72,283

רעדאקטירונגען