אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אוראלט גריכנלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט א ביסל פון דער העברעאיש־וויקיפעדיע
געאגראפיע (קאלאניעס)
שורה 5:
די גריכישע קולטור איז נישט געווען באגרענעצט צום דרום טייל פון די [[באלקאן לענדער]], וואו מאדערנע [[גריכנלאנד]] געפינט זיך. די גריכן האבן איניציאירט א גרויסע קאלאניזאציע באוועגונג, וואס האט געברענגט א סך גריכן צו גרויסע טיילן פונעם מיטלענדישן ים. אחוץ די אינזלען פונעם [[אגאישער ים|אגאישן ים]] זענען אויך געווען גרויסע זידלונגען פון גריכן אין [[קליין אזיע]] צו מזרח און אין דרום טייל פונעם [[אפענינישן האלבאינזל]] און דעם מזרח זייט פון [[סיציליע]] אין מערב. די גריכן האבן זיך באזעצט אין אנדערע ערטער ווי למשל אויף די ברעגן פונעם [[שווארצער ים|שווארצן ים]].
 
== געאגראפיע ==
 
=== פיזישע געאגראפיע ===
<br />
 
=== קאלאניעס ===
[[טעקע:Griechischen_und_phönizischen_Kolonien.jpg|טעקסט=|קליין|גריכישע שטעט און קאלאניעס [[Circa|{{circa}}]] 550 פד״צ.]]
די באפעלקערונג פון גריכנלאנד איז געוואקסן אריבער דער מעגלעכקייט פון זיין באגרעניצטע אקער־ערד (טייל האלטן אז די באפעלקערונג פון אוראלט גריכנלאנד איז געוואקסן מער ווי צענפאכיג אין דער תקופה פון 800 פד״צ ביז 400 פד״צ, פון א באפעלקערונג פון 800,000 ביז א סה״כ געשאצטער באפעלקערונג צווישן 10 צו 13 מיליאן).<ref>[http://www.umsystem.edu/upress/fall2006/hansen.htm Population of the Greek city-states] {{webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070305112612/http://www.umsystem.edu/upress/fall2006/hansen.htm|date=March 5, 2007}}</ref>
 
פון בערך 750 פד״צ האבן די גריכן אנגעהויבן 250 יאר פון פארברייטערונג, אויפשטעלנדיק קאלאניעס אין אלע ריכטונגען. צו מזרח, האבן זיי צו ערשט קאלאניזירט דעם [[אגאישער ים|אגאאישן]] בארטן פון [[אנאטאליע|קליין אזיע]], first, דערנאך [[ציפערן]] און די בארטנס פון [[טראקע]], דעם [[ים פון מארמארא|ים פון מאראמארא]], און דעם דרום בארטן פונעם [[שווארצער ים|שווארצן ים]]. ענדלעך האט גריכישע קאלאניזאציע דערגרייכט צפון־מזרח ביז היינטיגער [[אוקראינע]] און רוסלאנד ([[Taganrog|טאגאנראג]]).
 
צו מערב האט מען באזעצט די בארטנס פון [[איליריע]], [[סיציליע]] און דרום איטאליע. דערנאך [[דרום-פראנקרייך]], [[קארסיקע]] און אפילו צפון־מזרח [[שפאניע]] אויך האט מען געגרינדעט גריכישע קאלאניעס אין [[עגיפטן]] און [[ליביע]].
 
די מאדערנע שטעט [[סיראקוזע]], [[נאפאלי]], [[מארסיי]] און [[סטאמבול]] האבן אנגעהויבן ווי די גריכישע קאלאניעס סיראקוזאי (Συράκουσαι), נעאפאליס (Νεάπολις), מאסאליע (Μασσαλία) און [[ביזאנץ]] ''(Βυζάντιον)''. די דאזיקע קאלאניעס האבן געשפילט א ראלע אין דער פארשפרייטונג פון גריכישן איינפלוס דורכאויס אייראפע און האבן אויך געהאלפן גרינדן ווייטע-דיסטאנץ האנדל נעצווערק צווישן די גריכישע שטאָט-שטאַטן, וואס האבן אונטערגעהויבן די עקאנאמיע פון אוראלט גריכנלאנד.
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע פון אייראפע]]
[[קאַטעגאָריע:גריכנלאנד]]