אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וועלט"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
←די זיבן קאנטינענטן: פארבעסערט |
|||
שורה 6:
לענדער פלעגן אמאל באשטיין פון א פאלק מיט איין רעליגיע און איין שפראך. היינט זענען דא לענדער וואס אבלאנגן נישט צו קיין שום רעליגיע און פארטרעטן נישט קיין שום פאלק ווי: שווייץ און די פאראייניגטע שטאטן. שווייץ איז געווען די ערשטע אזא לאנד וועלכע האט זיך געגרינדעט ווען טויזענטער מענטשן פון די דערנעבענדיגע דייטשלאנד, פראנקרייך, און איטאליע האבן זיך באזעצט אויף די הויכע שיינע בערג און צוביסלעך איז געווארן דערפון א לאנד. אמעריקע איז היינט גענוי אזוי טראץ וואס רוב זענען געקומען פון בריטען. אמעריקע האט זיך קונה געווען דער ביישפיל פון דעמאקראטיע און האט אזוי אריינגעשריבן אין איר קאנסטיטוציע אלס דער נומער איינס פליכט.
מדינת ישראל איז געווען
לענדער זענען שטענדיג געגאנגען און געקומען און די מאכטפולע זענען גרעסער און קלענער געווארן. אלעס איז געווען געוואנדן לויט די שטארקייט וואס מען האט פארמאגט. די וועלט'ס היסטאריע איז פיל מיט בלוט, טויזענטער, אויב נישט מיליאנען, מלחמות זענען פארגעקומען און אלע צייטן און אין אלע לענדער. עס זענען געווען לענדער וואס האבן געפירט די וועלט ביי די נאז און זענען דערנאך צושפליטערט געווארן אויף קליינע שטיקלעך.
עס זענען שטענדיג געווען עטליכע גרויסע לענדער וואס האבן פארנומען דעם "אויבנאן" און זענען געווען די רעדנער פון די וועלט. די נענסטע תקופה צו אונז איז געווען בעפאר די צווייטע וועלט קריג ווען בריטען, פראנקרייך, עסטרייך, רוסלאנד, און פרייסן זענען געווען די פירער פון די וועלט. ווען עס האט זיך געהאנדעלט פון קריג אדער שלום האבן די לענדער ווי פאליציי לייט איינגעטיילט וואס יא און וואס נישט. נאך דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט קריג]], אדער ווי מען רופט עס היינט דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט, האט זיך דאס בילד געטוישט און מיט די כוח פון די נארוואס געגרינדעטע "פאראייניגטע פעלקער" זענען די פאראייניגטע שטאטן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך, סאוועטישע רוסלאנד און כינע געווארן די וועלט פירערס.
טייל פון די לענדער מאכן זיך נישט קיין סאך צו טאן מיט די וועלט'ס געשעענישן נאר שיקן אפאר אויסגעקארגטע טרופן ווען עפעס פאסירט. אמעריקע מיט בריטען זענען די פאקטישע פאליציי אויף די וועלט'ס געשעענישן. עס האט שוין אפגעקאסט טריליאנען דאלארן פאר שטייער צאלער דאס אז די רעגירונגן שטעקן זיך אריין די נאז ווי אימער זיי קענען נאר.
שורה 17 ⟵ 16:
עס זענען פאראן היינט ארום 200 איינארקענטע לענדער אין די וועלט. פון דעם זענען דא אזעלכע גרויסע ווי רוסלאנד און אזעלכע קליינע ווי מאנאקא, צפון אפריקע. עס ווערט געשאצט אז עס זענען היינט דא ארום 6 ביליאן מענטשן אויף די וועלט און עס וואקסט מיט באלד 100 מיליאן א יאר. די פראצענט פון די וועלט'ס וואוקס ווערט קלענער פון יאר צו יאר. ביז 20 יאר צוריק פלעגט די וועלט'ס מענטשהייט וואקסן מיט צוויי פראצענט א יאר. היינט וואקסט עס נישט מער ווי 1.2 פראצענט פער יאר. עס ווערן היינט געבוירן ארום 50 נייע קינדער פער יעדע טויזענט מענטשן. אבער עס שטארבן פיל ווייניגער פון דעם.
ווען מען צוטיילט די וועלט'ס באפעלקערונג ביי די ראיאנען האט אזיע איבער
אינגאנצן וואוינען 1.2 ביליאן מענטשן
== די זיבן קאנטינענטן ==
שורה 25 ⟵ 24:
דאס ווארט [[קאנטינענט]] באדייט די ערד'ס גרעסטע כסדר'דיגע באהעפטיגונג פון לאנדמאסע.
א קאנטינענט איז אנגעזען פון אן אינזל אדער [[האלבאינזל]] נישט בלויז אויף איר גרויסקייט
אין צוגאב, די קאנטינענטעל מאסעס נעמט אריין די איינגעטונקענע קאנטינענטעל אפלייג, וועלכע גייט בארג אראפ פון די אקעאן'ס ברעגעס פונעם קאנטינענט צו טיפקייט פון ארום 600 פיס (138 מעטער). ביילאפיג ביי דעם פונקט הייבט זיך אן די מער שארפע (מיטאמאליגע) שפרונג צו די אקעאניק פארטיפונג באקאנט אלס "די קאנטינענטעל סלאופ".
שורה 35 ⟵ 34:
אין געאלאגיע, ווי געזאגט, ווערן די קאנטינענטן געמאסטן אויף גאר אן אנדערן חשבון אויף וועלכע געאפיזיקיסטן האבן יארן לאנג געארבעט צו פארשן. זייער חשבון לויפט אויפ'ן סטרוקטור פון די ערד אונטער דעם קאנטינענט לויט איר שאק כוואליע און היץ. מיר וועלן זיך נישט אריינלאזן אין דעם פשעטל ווייל עס איז נישט דאס פלאץ פאר דעם און עס פארלאנגט זיך אויך א היבש ביסל שטערן איינקנייטשונג.
למעשה ווערט
== די מאפע ==
שורה 41 ⟵ 40:
פון ווען די וועלט שטייט האבן מענטשן געשטרעבט צו מאכן מאפעס פון לענדער אדער שטעט. פארשטייט זיך אז די אלע מאפעס זענען קיינמאל נישט געווען ריכטיג ווייל עס איז געמאסטן געווארן לויט'ן חשבון וויפיל מייל מען האט גערעכנט אין די ברייט און אין די לענג פון איטליכער שטאט באזונדער. מען קען נאך היינט טרעפן אלטע מאפעס וואס זענען זייער גרייזיג.
יעדעס לאנד פלעגט זיך
ווען מען האט דאס ערשטע מאל ארויפגעשיקט די מאפע אין ספעיס איז די אינטרעסאנטסטע זאך דערפון געווען די בילדער וואס די ראקעט האט גענומען פון די וועלט. מענטשן זענען באגייסטערט געווארן צו זען די וועלט אין א באל.
|