אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הומאניסטישע יידנטום"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "Humanistic Judaism"
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 17:58, 11 יולי 2019

הומאַניסטישע ייִדישקייַט איז אַ ייִדישע ריכטונג וואָס נאַרײַעט אַ ניט־טעיִסטישע אָלטערנאַטיוו פֿאַרן הייַנטצייַטיקן ייִדישן לעבן. עס דעפינירט די ייִדישקייט ווי די קולטורעלע און היסטאָרישע דערפֿאַרונג‏ פֿונעם ייִדישן פאָלק. עס מוטיקט הומאַניסטישע און וועלטלעכע ייִדן צו ריכטן זייער ייִדישע אידענטיטעט דורך פּאַרטיסאַפּייטינג אין ייִדישע יום־טובֿים און אַריבערגײנדיקע מינהגים (כּפֿי חופּות און בר־ און בת־מיצװת) מיט אינספּירירנדיקע צערעמאָניעס װאָס מאַכן נוצן, אָבער גיין ווייַטער, פון דער טראדיציאנעלער ליטעראַטור. זייַן פֿילאָסאָפֿישער יסוד איז כּולל די פאלגענדע געדאַנקען:

  • אַ ייִד איז אַ מענטש װאָס אידענטיפיצירט זיך מיט דער געשיכטע, דער קולטור, און דעם עתיד פֿונעם ייִדישן פאָלק;
  • די ייִדישקייַט איז די היסטארישע קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, און רעליגיע איז נאָר איין טייל פון דאָס קולטור;
  • מען אָנהאַלט בעסט אַ ייִדישע אידענטיטעט אין אַ פֿרייַער, פּלוראַליסטישע סבֿיבֿה;
  • מענטשן האָבן דאָס יכולת און די אַחריות צו פֿאָרמירן זייער אייגן לעבן פרייַ פון איבערנאַטירלעכער אויטאָריטעט;
  • עטיק און מאָראַליטעט זאָלן העלפֿן צו די באַדאַרפֿן פֿונעם מענטש, און ברירות זאָלן זיך באַזירן אויף אַ באַטראַכטונג פון די נאָכװירקן פון אקטיוויטעטן אַנשטאָט צו פֿאָרױסבאַשטימעטע חוקים אדער מצוות;
  • די ייִדישע געשיכטע, ווי אַלע געשיכטעo, איז אַ מענטשישע סאַגע, אַן באַעכטיקונג פֿונעם באַדײַט פון מענטשישער מאַכט און מענטשישער אַחריות. תּנכישע און אנדערע טראדיציאנעלע טעקסטן זענען די פּראָדוקטן פון מענטשישער טעטיקייט און מען פֿאַרשטײַט זײ בעסט דורך אַרכעאָלאָגיע און אנדערן װיסנשאַפֿטלעכן אַנאַליז.
  • די פֿרייַהייט און כּבֿוד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק מוזן גיין האַנט בײַ האַנט מיט די פֿרייַהייט און כּבֿוד פון יעדער מענטש. [1]
  1. "What is Humanistic Judaism?" The Society for Humanistic Judaism.