אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אילן רמון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 13:
אילן רמון איז געווען אַ קאָלאָנעל ([[העברעאיש]]: ''אלוף משנה'') און קריגס-פּילאָט אינעם ישראלישער לופֿטפֿלאָט, מיט טויזנטער שעה'ס פֿלי געניטשאַפֿט. אין 1974 האָט ער גראַדואירט אַלס אַ פּילאָט פֿונעם ישראל לופֿטפֿלאָט פֿלי-אַקאַדעמיע.
 
אין 1981 איז ער געווען דער יונגסטער פּילאָט וואָס האָט באַטייליקט אין [[אפעראציע אפערע|אָפּעראַציע אָפּערע]], די ישראלישע אַטאַקע קעגן [[איראק|איראַק]]'ס נישט-פֿאַרטיקער [[נוקלעארער רעאקטאר|נוקלעאַרער רעאַקטאָר]] "אָסיראַק". ווען דער אַפּראַט איז צעשטערט געוואָרן, צען איראַקער סאָלדאַטן און איינעראיין פֿראַנצויזער פֿאָרשער זענען אומגעקומען.
 
נאָך ער האָט געלערנט ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט האָט ער געדינט אַלס דעפּוטעט עסקאַדראָן קאָמאַנדיר A, עסקאַדראָן 119, אין וועלכע ער האָט געפֿלויגן דער F-4 פֿאַנטאָם (1988 - 1990). אין 1990 האָט ער באַטייליקט אינעם עסקאַדראָן קאָמאַנדירן קורס, און ביז 1992 איז ער געווען קאָמאַנדיר פֿון עסקאַדראָן 117 מיטן F-16. אין 1994 איז ער געוואָרן קאָלאָנעל און באַשטימט געווען אַלס שעף פֿונעם געצייג-דעפּאַרטמענט. ער האָט געבליבן אינעם ראָלע ביז 1998.