אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
ראשונים
שורה 136:
 
סיומא דמלתא: מיט דעם האבן מיר געענדיגט די דרשות חז"ל פון די פסוקים, יעצט ברענגט דער בעל הגדה פון חז"ל, אז אין יעדער מכה איז מרומז נאך און נאך מכות, און מיט דעם ענדיגט זיך די מצוה פון סיפור יציאת מצרים. דערנאך הייבען מיר אהן צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטען פאר די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן. אלץ א הקדמה ברענגט דער בעל ההגדה דעם "כמה מעלות טובות למקום עלינו", צו ווייזען אז אפילו אויף איין טובה אליין וואלטען מיר געדארפט דאנקען און לויבען דעם אייבערשטען, איז אוודאי און אוודאי אויף די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן דארף מען אוודאי און אוודאי דאנקען און לויבן, און וועגן דעם זאגן מיר באלד דערנאך הלל. עס איז וויכטיג צו באמערקן אז דער טעם פארוואס דער בעל ההגדה ברענגט אראפ [[רבן גמליאל]] איידער מען זאגט דעם הלל, איז ווייל דאס וואס מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם נס פון יציאת מצרים, כאטש מיר זענען דאך נאך היינט אין גלות, איז ווייל "חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים", און דאס האט מען דאך פריער ארויסגעלערנט פון "בעבור זה עשה ה' לי" וועגן דעם וויל דער בעל ההגדה מקדים זיין די דרשה פון רבן גמליאל, ווי ער דרש'ענט דעם פסוק "בעבור זה" אז דאס גייט ארויף אויף די מצוות הלילה פון "פסח מצה און מרור".
 
== פירושים אויף דער הגדה ==
במשך די דורות האט מען געשריבן א סך פירושים אויף דער הגדה. די [[ראשונים]] האבן שוין געשריבן פירושים פון וועמען מען ווייסט: [[רש"י]], [[רשב"ם]], [[אליעזר בן נתן|ראב"ן]], רבי [[יהודה בר יקר]], רבי [[ישעיה די טראני]], [[שבלי הלקט]] (פון רבי צדקיה ב"ר אברהם הרופא), [[תניא רבתי]], [[ריטב"א]], ארחות חיים פון רבי [[אהרון הכהן מלוניל|אהרן הכהן פון לוניל]]; אויך אין [[כלבו (ספר)|כלבו]], [[דוד אבודרהם|אבודרהם]], [[רשב"ץ]], רבנו [[דוד מימוני|דוד הנגיד]], רבנו [[יצחק ב"ר ישראל]], רבנו [[אברהם חדידה]], רבנו [[נתן ב"ר יוסף מקלמרון]], רבנו [[יצחק ב"ר שלמה אלאחדב]], רבנו [[שם טוב אבן שם טוב (הראשון)]], רבי [[יצחק אברבנאל]] און נאך.
 
==ביבליאגראפיע==