אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר גאלדמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
טאַגן: מאביל־רעדאַקטירונג מאביל וועב־רעדאקטירונג
שורה 6:
ווען עס איז געקומען די צייט, האט ער געהייראט זיין ווייב מרת ציפורה, טאכטער פון רבי [[דוד טווערסקי]] דער [[סקווירא (הויף)|סקווערער]] רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון הרה"ק [[משה יהושע האגער]] דער פריערדיגער [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניצער]] רבי פון בני ברק. גלייך נאך זיין חתונה האט ער זיך אריבערגעצויגן אין [[שיכון סקווירא]] צו וואוינען נאנט צו זיין שווער. דורך די פארלויפענע יארן האט איהם זיין שווער דער סקווערער רבי ממנה געווען צו זיין דער "בעל תוקע" אין סקווערער בית מדרש יעדן [[ראש השנה]], א אויפגאבע וועלכער אין סקווירא ווערט גערעכנט אלס גאר חשוב. יעדן טאג לערנט ער בחברותא צוזאמען אינאיינעם מיט רבי [[משה גרין]], דער ראש ישיבה פון [[מאנסי]], וועלכער אפענטליך גרייט צו מיט דער הילף פון רבי אליעזר זיינע שיעורים וואס ער לערנט פאר אין זיין ישיבה. אין תשע"ז נאך דער פטירה פון זיין פעטער רבי [[שלמה גאלדמאן (זוועהיל-צאנז)|שלמה]] וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער האט מען באקרוינט רבי אליעזר אלס זוועהילער רבי.
 
[[כ"ד סיון]], [[ה'תשע"ט]] האט רבי אליעזר געעפנט א נייע זוועהילער [[שוהל]], אין שטאט [[מאנסי]].
 
==קינדער==