אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויליאם שייקספיר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שפילן (אנגעהויבן)
שורה 21:
נאך דער געבורט פון די צווילינג הערט מען נישט פון שייקספיר ביז אין 1592 ווערט ער דערמאנט ביי דער לאנדאנער טעאטער סצענע, אחוץ איין מאל אין א פראצעסט אין וועסטמינסטער דעם 9טן אקטאבער 1589.{{sfn|Bate|2008|p=314}} היסטאריקער רופן די יארן צווישן 1585 און 1592 שייקספיר׳ס "פארלוירענע יארן".{{sfn|Schoenbaum|1987|p=95}} ביאגראפן וואס ווילן צוזאמענשטעלן וואס האט פאסירט אין די דאזיקע יארן האבן עטלעכע מעשה׳לעך. [[ניקאלאס רוי]], שייקספיר׳ס ערשטער ביאגראף, דערציילט א סטראפארד לעגענדע אז שייקספיר האט געמאכט א ויברח פון דער שטאט קיין לאנדאן כדי מען זאל נישט קענען פראקורירן אים פאר גנב׳ענען הירשן פונעם לאקאלן פריץ טאמאס לוסי. מ׳זאגט אז שייקספיר האט גענומען נקמה קעגן לוסי מיט א סקאנדאליעזער באלאדע וועגן אים.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=97–108}}{{sfn|Rowe|1709}} אין דעם 18טן יארהונדערט האט מען דערציילט א מעשה אז שייקספיר האט אנגעהויבן זיין קאריערע אין טעאטער מיט געבן אכט אויף די פערד פון טעאטער־גייער אין לאנדאן.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=144–145}} [[דזשאן אברי]] האט באמערקט אז שייקספיר איז געווען א שולע־לערער.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=110–111}} טייל 20סטער יארהונדערט אקאדעמיקער האבן פארגעשלאגן אז שייקספיר איז געווען אנגעשטעלט ווי א שולע־לערער דורך אלעקסאנדער האגטאן פון [[לאנקאשיר]], א קאטוילישער פריץ וואס האט דערמאנט א געוויסן "וויליאם שייקשאפט" אין זיין צוואה.{{sfn|Honigmann|1999|p=1}}{{sfn|Wells|Taylor|Jowett|Montgomery|2005|p=xvii}} אבער ס׳איז נישט קיין ראיות צו די מעשה׳ס נאר וואס מ׳האט איבערגעזאגט וועגן אים נאך זיין טויט , און שייקשאפט איז געווען א פארשפרייטער נאמען אין דעם לאנקאשיר געגנט.{{sfn|Honigmann|1999|pp=95–117}}{{sfn|Wood|2003|pp=97–109}}
 
== שפילן ==
די ערשטע ווערק פון שייקספיר זענען [[ריטשארד דער דריטער (שפיל)|''ריטשארד דער דריטער'']] און די דריי טיילן פון [[הענרי דער זעקסטער, ערשטער טייל|''הענרי דער זעקסטער'']], געשריבן אין די אנהייב 1590ער יארן ווען ס׳איז געווען פאפולער היסטראשיע דראמע. ס׳איז אבער שווער צו דערגיין גענוי ווען שייקספיר האט געשריבן זיינע שפילן,{{sfn|Frye|2005|p=9}}{{sfn|Honan|1998|p=166}} און פון שטודיעס פון די טעקסטן איז משמע אז ''טיטוס אנדראניקואס'', די קאמעדיע פון טעות׳ן, ''[[The Taming of the Shrew]],'' און ''[[The Two Gentlemen of Verona|די צוויי מענער פון וועראנע]]'' געהערן אויך צו שייקספיר׳ס פריערסטער תקופה.{{sfn|Schoenbaum|1987|pp=159–161}}{{sfn|Frye|2005|p=9}} זיינע ערשטע היסטאריעס, וואס ציען שטארק אויף דער 1587 אויסגאבע פון ראפאעל האלינסהעד׳ס ''דברי הימים פון ענגלאנד, סקאטלאנד און אירלאנד'',{{sfn|Dutton|Howard|2003|p=147}} טון דראמאטיזירן די חורבנישע אויסקומען פון שוואכער אדער מושחתדיקער רעגירונג, און טייל טייטשן אפ אז פון דעם האט געשטאמט דער אנהייב פון דער [[טיודאר דינאסטיע]].{{sfn|Ribner|2005|pp=154–155}} <!-- The early plays were influenced by the works of other Elizabethan dramatists, especially Thomas Kyd and Christopher Marlowe, by the traditions of medieval drama, and by the plays of Seneca. The Comedy of Errors was also based on classical models, but no source for The Taming of the Shrew has been found, though it is related to a separate play of the same name and may have derived from a folk story. Like The Two Gentlemen of Verona, in which two friends appear to approve of rape, the Shrew's story of the taming of a woman's independent spirit by a man sometimes troubles modern critics, directors, and audiences. -->
 
== וועבלינקען ==