אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רמ"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 3:
 
== לעבנסגעשיכטע ==
דער רמ"א איז געבוירן געווארן צו זיין פאטר רבי ישראל (ר' איסרל) ב"ר יוסף, וועלכער איז געווען א זון פון חשוב'ע און רייכע עלטערן אין דער שטאט [[קראקע]], אן עיר מלאה חכמים וסופרים, ארזי הלבנון אדירי התורה, גאוני ארץ, מיט וועם די וועלט האט זיך געשאקעלט נאר דערמאנענדיג זייערע נעמען, ווי דער רבי ר' [[רבי העשיל פון קראקע|העשיל מקראקא]], [[שלמה לוריא|מהרש"ל]] , [[יואל סירקיש|ב"ח]], [[מגלה עמוקות]], [[יום-טוב ליפמאן העלער|תוספות יום טוב]].
 
דער זיידע פונעם רמ"א רבי יוסף איז געווען איינער פון די פרנסי העיר אין קראקע, זיין זון רבי איסר איז געווען אן איידעם ביי רבי אליעזר שרענצילס, וועמענס פרוי מרת דרעזל איז געווען א טאכטער פון הגאון רבי יחיאל לוריא, דער ערשטער רב פון [[בריסק]] וועמענס יחוס האט זיך געצויגן פון רש"י הק' זי"ע. אויך דער מהרש"ל דער חבר פונעם רמ"א איז געווען דער דריטער דור פון דעם רבי יחיאל.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/רמ%22א"