אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שפראך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נאך א פאראגראף
שפראכן פאמיליעס
שורה 2:
 
די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון שפראך ווערט גערופן [[לינגוויסטיק]]. פראגעס וועגן דער פילאסאפיע פון שפראך, למשל צי ווערטער קענען רעפרעזענטירן דערפארונג, האט מען שוין געקלערט כאטש פון די צייטן פון גארגיאס און [[פלאטאן]] אין [[אוראלט גריכנלאנד]].
 
שפראכן אנטוויקלען זיך במשך די יארן, און די היסטאריע פון זייער עוואלוציע קען מען רעקאנסטרואירן דורך פארגלייכן מאדערנע שפראכן פעסטצושטעלן וועלכע אייגנקייט וואלטן זייערע עלטערע־שפראכן געדארפט האבן כדי די שפעטערדיקע אנטוויקלונגס שטאפלען זאלן פאסירן. א גרופע שפראכן וואס שטאמען פון אן אייניגער עלטער־שפראך ווערט גערופן א [[שפראכפאמיליע]]. די [[אינדא-איירפעאישע שפראכן|אינדא-איירפעאישע פאמיליע]] איז דער מערסט ברייט גערעדט און שליסט איין א פארשידנהייט פון שפראכן ווי [[ענגליש]], [[רוסיש]] און [[הינדי]]; די [[סינא-טיבעטישע שפראכן|סינא-טיבעטישע פאמיליע]] שליסט איין [[מאנדארין כינעזיש|מאנדארין]] און די אנדערע [[כינעזיש|כינעזישע שפראכן]], באדא און [[טיבעטיש]]; די [[אפרא-אזיאטישע שפראכן|אפרא-אזיאטישע פאמיליע]] שליסט איין [[אראביש]], [[העברעאיש]] און [[סאמאלי]]; די [[באנטו שפראכן]] שליסן איין [[סוואהילי]], [[זולו]] און הונדערטער אנדערע שפראכן וואס מען רעדט דורכאויס [[אפריקע]]; און די [[מאלאיא-פאלינעזישע שפראכן]] שליסן איין [[אינדאנעזיש]], [[מאלייאיש]], [[טאגאלאג]] און נאך הונדערטער שפראכן וואס מען רעדט דורכאויס דעם [[פאציפישער אקעאן|פאציפיק]]. די שפראכן פון דער [[דראווידישע שפראכן|דראווידישע פאמיליע]] ווערן גערעדט מערסטנס אין דרום אינדיע, און שליסן איין [[טאמיל]], [[טעלוגו]] און [[קאנאדא]].
 
אקאדעמיקער האלטן אז צווישן 50% און 90% פון די שפראכן וואס מען רעדט אין אנהייב פונעם 21סטן יארהונדערט וועלן גאנץ מעגלעך אויסשטארבן ביזן יאר 2100.
 
נישט נאר דער [[מענטש]] האט א שפראך, נאר אויך [[בעל חי|בעלי חיים]] נוצן זיך מיט זייער שפראך אין פארשיידענע וועגן ווי דורך זייער שטימע, ראשונגען, באוועגונג צייכונגען, רירונגען, וויזועלע בליקן, שמעקן אד"ג.