אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

14 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
[[טעקע:Kaufmann Haggadah p 014.jpg|לינקס|ממוזער|250px|א בלאט פון דער קויפמאן הגדה]]
די '''הגדה של פסח''' שטאמט פון אן אוראלטן מדרש וואס ווערט שוין דערמאנט אין דער משנה. ({{הערה|[[מסכת פסחים]], פרק י)}}
 
הגדה של פסח איז דער טראדיציאנאלע נוסח באנד, וואס מען זאגט ביים 'סדר נאכט' די ערשטע נעכט יו"ט פסח. די אומצאליגע הגדות, וואס זענען היינט אומשאצבארע אנטיק און סחורה, איז די עלצטע געדרוקטע ספר אינעם יודישער היסטאריע.
 
== הא לחמא עניא ==
אין דער צייט ווען די יודן זענען געווען אין [[גלות בבל]], האט מען זיך געפירט אז ערב פסח נאכמיטאג האט מען אויסגערופן אין די גאסן אז דער וואס האט נישט קיין געלט קען קומען אין די הייזער פון די "עשירים" צו עסעןעסן די סעודת יו"ט. כדי זיי נישט צו פארשעמען אז זיי גייען סתם עסעןעסן ביי א צווייטע מענטש האט מען אויסגערופען אז מען זאל גיין מקיים זיין די מצוה פון עסעןעסן מצה ביי א צווייטען, און אזוי וועט נישט אויסזעהן ווי זיי גייען סתם עסעןעסן, נאר זיי גייען מקיים זיין עפעס א מצוה. ווען מען איז צוריק קיין [[ירושלים]] האט מען ווייטער אנגעהאלטן מיט דעם שיינעם מנהג נאר מען האט צוגעלייגט אז מען קען אויך מקיים זיין די מצוה פון זיך ממנה זיין צו א "קרבן פסח". דערפאר זאגן מיר דעם "הא לחמא עניא" כדי צו געדענקען דעם שיינעם מנהג:
 
הֵא לַחְמָא עַנְיָא דאס איז די ארימע ברויט דִּי אֲכָלוּ אַבְהָתָנָא וואס אונזערע עלטערען האבן געגעסן בְּאַרְעָא דְמִצְרָיִם אין דעם לאנד [[מצרים]]. און פון דעמאלס אהן זענען מיר מחוייב צו עסעןעסן מצה, און דערפאר כָּל דִּכְפִין יעדער וואס איז הונגעריג יֵיתֵי וְיֵכוֹל זאל קומען און עסעןעסן מצה און ווי אויך די סעודת יום טוב. ווען זיי זענען צוריק קיין ארץ ישראל האבן זיי צוגעלייגט אז כָּל דִּצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח דער וואס וויל זיך ממנה זיין קען זיך ממנה זיין מיט אונזער קרבן פסח, און קומען עסן, ווען זיי זענען נאך געווען אין גלות בבל האבן זיי געזאגט הָשַּׁתָּא הָכָא, יעצט זענען מיר דא אין גלות בבל, אבער לְשָׁנָה הַבָּאָה האפן מיר אז אין די קומענדיגע יאהר וועלען מיר זיין בְּאַרְעָא דְיִשְׂרָאֵל. אין דעם לאנד ארץ ישראל, ווען זיי זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל האבן זיי געזאגט, הָשַּׁתָּא עַבְדֵי, יעצט זענען מיר נאך קנעכט פאר די מלכי פרס ויון, אבער מיר האפן אז לְשָׁנָה הַבָּאָה אין דידעם קומענדיגעקומענדיגן יאהריאר וועלעןוועלן מיר זיין בְּנֵי חוֹרִין אינגאנצעןאינגאנצן פריי:
 
 
== סיפור יציאת מצרים ==
עס איז דא א מצות עשה אין דער נאכט פון פסח צו דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים, און כדי צו מעורר זיין דעם מענטש צו די דערציילונגען אז מען זאל נישט דארפן ווארטן ביז דעם סוף פין דער הגדה צו הערן די מעשה, האט דער בעל ההגדה מסדר געווען אין אנהייב ענינים וואס טוען כולל זיין דעם גאנצן סיפור בקיצור, ווי מיר זען די "דראסטישע פארקערטקייטן" אז דא זענען מיר געווען קנעכט און צום סוף זענען מיר געווארן גרינטלעך פריי. דער וועג וואס דער בעל ההגדה האט דאס ארויס געברענגט איז דורך א קשיא און א תירוץ. אין די ערשטער צוויי קשיות ווייזן מיר אז אין די נאכט טוען מיר זאכן וואס ווייזען אויף קנעכטשאפט און די אנדערע צוויי קשיות ווייזן מיר אז מיר טוען זאכן וואס ווייזען אויף פרייהייט, איז דאך דאס א סתירה, זענען מיר פריי אדער זענען מיר קנעכט? און בכלל ווען מען איז מסביר אן ענין בדרך שאלה ותשובה ווערט דאס קלאהרקלאר ארינגעקריצט אין הארץ:
 
 
== מה נשתנה ==
מַה נִּשְׁתַּנָּה הַלַּיְלָה הַזֶּה מִכָּל הַלֵּילוֹת: פארוואס איז אנדערש די נאכט פון פסח פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהריאר, וואס מיר טוען דאך פארשידענע ענדערונגען וואס זענען זיך סותר, צוויי זאכן טוען מיר וואס ווייזען עבדות און אנדערע צוויי זאכן טוען מיר וואס ווייזען אויף פרייהיייט, דער ערשטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין חָמֵץ וּמַצָּה. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסעןעסן מיר אדער חמץ אדער מצה הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלּוֹ מַצָּה: אבער די נאכט פון פסח עסעןעסן מיר נאר מצה, און מצה ווייזט דאך אויף ארימקייט, דער צווייטער קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין שְׁאָר יְרָקוֹת אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסעןעסן מיר אלע ערליי גרינצייגען הַלַּיְלָה הַזֶּה מָרוֹר אבער די נאכט פון פסח עסעןעסן מיר מרור, וואס דאס ווייזט דאך אויף עבדות. טרעפען מיר דערווייל צוויי זאכן וואס מיר טוען וואס ווייזען אויף עבדות, דער דריטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אֵין אָנוּ מַטְבִּילִין אֲפִילוּ פַּעַם אֶחָת. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר טונקען מיר נישט איין אפילו איין מאל הַלַּיְלָה הַזֶּה שְׁתֵּי פְעָמִים: אבער די נאכט פון פסח טונקען מיר איין צוויי מאל, איין מאל כרפס אין זאלץ וואסער, אוין איין מאל מרור (גרינס פון [[כריין]]) אין חרוסת, קומט דאך אויס אז מיר טוען דא א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט, דער פערטע קשיא איז: שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת אָנוּ אוֹכְלִין בֵּין יוֹשְׁבִין וּבֵין מְסֻבִּין. אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאהר עסעןעסן מיר סיי זיצענדיג און סיי אנגעלענט הַלַּיְלָה הַזֶּה כֻּלָּנוּ מְסֻבִּין אבער די נאכט פון פסח עסעןעסן מיר אלע אנגעלענטהייט קומט דאך אויס אז מיר טוען שוין ווייטער א זאך וואס ווייזט אויף פרייהייט? איז וואס טוט זיך דא, זענען מיר קנעכט אדער זענען מיר פריי?
 
הקדמה: די אלע קשיות וואס מיר האבן געפרעגט אז מיר טרעפען די נאכט סתירות, וועלען ווערען באלד פארענפערט מיט די ערשטע פאהר ווערטער פון עבדים היינו, קודם זענען מיר געווען קנעכט אין מצרים און דערפאר טוען מיר זאכן וואס ווייזען עבדות, אבער נאכדעם האט דער אייבעשטער אונז ארויס גענועמן פון מצרים מיט גרויסע ניסים און נישט בדרך הטבע וועגן דעם טוען מיר זאכן וואס ווייזען אויף חירות:
פון די לשון הפסוקים זען מיר אז כְּנֶגֶד אַרְבָּעָה בָנִים דִּבְּרָה תוֹרָה. די תורה רעדט צו פיר סארט קינדער (פיר סארט יודן) ווייל עס איז דא פיר פסוקים און יעדער פסוק דריקט זיך אויס אויף אן אנדערע סארט מצב פון דעם קינד און די פיר סארט קינדער זענען: אֶחָד חָכָם, וְאֶחָד רָשָׁע, וְאֶחָד תָּם, וְאֶחָד שֶׁאֵינוֹ יוֹדֵעַ לִשְׁאוֹל:
 
חָכָם מָה הוּא אוֹמֵר: וועלכע פון די פיר פסוקים האט די תורה מרמז געווען ווי דער חכם פרעגט? אויף דעם ענטפערט דער בעל ההגדה, אז דאס איז דער פסוק (דברים י-כ) כי ישאלך בנך מחר לאמר, מָה הָעֵדֹת וְהַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים, אֲשֶׁר צִוָּה יְיָ אֱלֹהֵינוּ אֶתְכֶם: וויבאלד די תורה זאגט "אלוקינו" זעהן מיר אז מען רעדט פון אזא קינד וואס איז זיך כולל מיט כלל ישראל, און פון די שאלה זעהן מיר אז ער איז א חכם בתורה, ווייל ער ווייסט א חילוק צווישען עדות און חקים און משפטים. אין אמת'ן ענטפערט דאך דער טאטע צום קינד, דאס וואס די תורה הייסט ענטפערען, אזוי ווי עס שטייט דארט ווייטער: ואמרת לבנך עבדים היינו וגו' ויתן ה' אותות ומופתים וגו' ואותנו הוציא משם וגו', אבער דער בעל הגדה ברענגט נישט אראפ דעם פסוק ווייל דאס שטייט דאך קלאר אין פסוק, דער בעל הגדה לייגט נאר צו אז חוץ וואס די תורה הייסט ענטפערען, וְאַף אַתָּה אֱמָר לוֹ כְּהִלְכוֹת הַפֶּסַח: זאלסט איהם נאך צולייגען אלע הלכות פון פסח, פון אנהייב ביז'ן סוף, און אפילו די הלכות וואס איז נאר נוגע פאר נאכ'ן סעודה, וואס דאס איז אז: אֵין מַפְטִירִין מען טאהר נישט ענדיגען די סעודה אַחַר הַפֶּסַח נאך דעם וואס מען האט שוין געגעסן דעם [[קרבן פסח]], און עסן די זאכן וואס ווערען אנגערופן אֲפִיקוֹמָן וואס דאס איז דער קינוח סעודה, ווייל נאך דעם קרבן פסח טאהר מען שוין גארנישט עסעןעסן, כדי אז עס זאל בלייבן דעם טעם פון די קרבן פסח אין מויל.
 
רָשָׁע מָה הוּא אוֹמֵר: וועלכע פון די פיר פסוקים האט די תורה מרמז געווען ווי דער רשע פרעגט? אויף דעם ענטפערט דער בעל ההגדה, אז דאס איז דער פסוק (שמות יב-כו) והיה כי יאמרו אליכם בניכם מָה הָעֲבֹדָה הַזֹּאת לָכֶם: און וויבאלד מיר זעהן אז ער באנוצט זיך מיט די ווארט לָכֶם איז א סימן אז ער איז א רשע, ווייל ער טוט זיך אפזונדערן פון כלל ישראל דארכ'ן זאגען "לכם" מיינט ער דאך ולֹא לוֹ נישט זיך מיינט ער וּלְפִי שֶׁהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מִן הַכְּלָל, און וויבאלד ער טוט זיך אפזינדערען פון דעם כלל כָּפַר בָּעִקָּר. איז ער א כופר בעיקר, ווייל ער לייקנט דאך אין יציאת מצרים וואס דאס איז דאך פון די עיקרי אמונה, דערפאר חוץ וואס מען דארף איהם ענטפערען דאס וואס די תורה הייסט איהם ענטפערן ווי עס שטייט ווייטער אין פסוק "ואמרתם זבח פסח וגו' אשר פסח וגו' בנגפו את מצרים ובתינו הציל וג' וְאַף אַתָּה הַקְהֵה אֶת שִׁנָּיו, זאל מען אויך האליג מאכן זיין ציין, (אזוי ווי ווען מען בייסט אריין אין א שטיקל אייזן און עס איז זייער נישט באקוועם) וֶאֱמָר לוֹ און מען זאל איהם זאגען: בַּעֲבוּר זֶה, עָשָׂה יְיָ לִי, בְּצֵאתִי מִמִּצְרָיִם, "דערפאר האט דער אייבערשטער דאס געטן צו אונז" לִי וְלֹא לוֹ. נאר צו אונז און נישט צו איהם, ווייל אִלּוּ הָיָה שָׁם, לֹא הָיָה נִגְאָל אויב ער וואלט דארט געווען וואלט ער נישט געווארען אויסגעלייזט: [דער טעם פארוואס מען זאל אים האליג מאכען זיינע ציין איז ווייל אזוי ווי ווען מען בייסט אריין אין אייזן איז דער מענטש אליין שילדיג וואס ער האט נישט אכטונג געגעבן, דער זעלבער איז דער רשע אליין שילדיג וואס ער האט אזוי גערעדט].
וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ: דער אייבערשטער האט געזעהן דעם "ענוי" דעם פיין. ענוי מיינט זוֹ פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ. זיך אפשיידען פון די שטייגער פון די וועלט, דאס הייסט אז זיי האבן זיך גע'פייניגט דורך זיך צוריק האלטען פון הנאות כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערע פסוק מער מפורש וַיַּרְא אֱלֹהִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. דער אייבערשטער האט געזעהן וואס די יודן טוען וַיֵּדַע אֱלֹהִים און נאר דער אייבערשטער האט דערפון געוואוסט, מוז זיין אז דאס גייט ארויף אויף זאכן וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט, קומט אויס אז דאס איז זאכן וואס דער מענטש האלט זיך צוריק פון זיינע תענוגים, וואס קיינער ווייסט נישט דערפון נאר דעם אייבערשטען:
 
וְאֶת עֲמָלֵנוּ. "עמלות" מיינט זאכן וואס א מענטש פלאגט זיך פאר גארנישט, מוז דאך זיין אז דאס גייט ארויף אֵלּוּ הַבָּנִים אויך די גזירה וואס פרעה האט געהייסן דעטרינקען די קינדער, קומט אויס אז זיי האבן זיך געמוטשעט פאר זייערע קינדער פאר גארנישט ווייל צום סוף האט מען זיי דעטראנקען [אלעס וואס א מענטש מוטשעט זיך איז דאך פאר זיינע קינדער, אז זיי זאלען זיין ערליך] כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי עס שטייט אין אן אנדערע פסוק מער מפורש, ווי פרעה האט געהייסען אז כָּל-הַבֵּן הַיִּלּוֹד הַיְאֹרָה תַּשְׁלִיכֻהוּ, יעדער געבוירענע זוהן זאל מען דעטרונקען וְכָל-הַבַּת תְּחַיּוּן: און יעדער טאכטער קען מען לאזן לעבען. (עס זענען דא וואס זאגען אז דאס וואס ער האט געלאזט לעבן די טעכטער איז אויך געווען מיט א שלעכטע כוונה, ווייל ער האט דאך שוין געזעהן אז לבן וואס האט געוואלט הרג'נען אויך די טעכטער האט נישט מצליח געווען, האט ער געטראכט אז אויב ער וועט לאזן די טעכטער לעבן, אפשר וועט דער אייבערשטער איהם יא צולאזן) [איך שטייט אז זיין חשבון איז געווען אז אויב אלע מענער וועלען שטארבן, וועלען אלע מיידליך חתונה האבן מיט מצריות, און אזוי וועלען זיי אינגנאצען פארגעסעןפארגעסן אז זיי זענען אמאל געווען יודן].
 
וְאֶת לַחֲצֵנוּ זֶה הַדְּחַק. "לחץ" מיינט אונטער דריקן דאס מיינט, אז מען האט זיי ענג געמאכט כְּמָה שֶּׁנֶּאֱמַר: ווי מיר טרעפען אין אן אנדערען פסוק מער מפורש (שמות ג-ט) ווי דער אייבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו וְגַם רָאִיתִי אֶת הַלַּחַץ, און אויך האב איך געזעהען די אונטרדריקונג אֲשֶׁר מִצְרַיִם לֹחֲצִים אֹתָם וואס די מצריים טוען זיי אונטערדריקן.
רַבִּי יְהוּדָה הָיָה נוֹתֵן בָּהֶם סִמָּנִים: רבי יהודה האט געגעבן סימנים צו די מכות און זיי זענען דְּצַ"ךְ עֲדַ"שׁ בְּאַחַ"ב: ער האט דווקא צוטיילט די מכות אויף דער אופן, ווייל די צען מכות זענען געווען איינגעטיילט אין דריי, די ערשטער צוויי מכות האט מען געווארענט פרעה פאר דעם, און די דריטע נישט, די פערטע און די פיפטע האט מען יא געווארענט און די זעקסטע נישט, די זיבעטע און די אכטע האט מען יא געווארענט און די ניינטע נישט, דערפאר האט רבי יהודה זיי אזוי איינגעטיילט. די צענטע מכה האט ער צוזאמען געשטעלט מיט דער לעצטער גרופע, כדי אז ער זאל נישט זיין אליין, ווייל ווען ער איז אליין קען מען אים נישט ליינען.
 
סיומא דמלתא: מיט דעם האבן מיר געענדיגט די דרשות חז"ל פון די פסוקים, יעצט ברענגט דער בעל הגדה פון חז"ל, אז אין יעדער מכה איז מרומז נאך און נאך מכות, און מיט דעם ענדיגט זיך די מצוה פון סיפור יציאת מצרים. דערנאך הייבען מיר אהן צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטען פאר די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן. אלץ א הקדמה ברענגט דער בעל ההגדה דעם "כמה מעלות טובות למקום עלינו", צו ווייזען אז אפילו אויף איין טובה אליין וואלטען מיר געדארפט דאנקען און לויבען דעם אייבערשטען, איז אוודאי און אוודאי אויף די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן דארף מען אוודאי און אוודאי דאנקען און לויבן, און וועגן דעם זאגעןזאגן מיר באלד דערנאך הלל. עס איז וויכטיג צו באמערקעןבאמערקן אז דער טעם פארוואס דער בעל ההגדה ברענגט אראפ [[רבן גמליאל]] איידער מען זאגט דעם הלל, איז ווייל דאס וואס מיר דאנקען דעם אייבערשטעןאייבערשטן אויף דעם נס פון יציאת מצרים, כאטש מיר זענען דאך נאך היינט אין גלות, איז ווייל "חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים", און דאס האט מען דאך פריער ארויסגעלערנט פון "בעבור זה עשה ה' לי" וועגן דעם וויל דער בעל ההגדה מקדים זיין די דרשה פון רבן גמליאל, ווי ער דרש'ענט דעם פסוק "בעבור זה" אז דאס גייט ארויף אויף די מצוות הלילה פון "פסח מצה און מרור".
 
==ביבליאגראפיע==
* [[נתן שערמאן]] און [[מאיר זלאטאוויץ]], ''ארטסקראל יוגנט הגדה'': [[מסורה פובליקאציעס]] ({{ISBN|0-89906-232-6}})
 
==רעפערענצן==
{{רעפליסטע}}
 
 
[[קאַטעגאָריע:ליל הסדר]]
80,189

רעדאקטירונגען