אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בערני סאנדערס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט 2020
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{יתום}}
[[טעקע:Bernie Sanders.jpg|קליין|אפיציעלע סענאט בילד פון בערני סאַנדערס]]
'''בערנאַרד (בנימין) "בערני" סאַנדערס''' ({{שפראך-en|Bernie Sanders}}; געבוירן דעם 8'טן8טן סעפּטעבמער, 1941) איז אַן אַמעריקאַַנער פּאָליטיקער און אַ סענאַטאָר פון [[ווערמאנט|ווערמאָנט]], פון דער [[דעמאקראטישע פאַרטיי|דעמאָקראַטישער פּאַרטיי]]. ער האט קאַנדידירט צו ווערן דער דעמאקראטישער קאנדידאט פאַר [[פּרעזידענטפרעזידענט פון די פאַראייניקטעפאראייניגטע שטאַטןשטאטן|פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן]] אין די 2016 און 2020 וואַלן.
 
==לעבנסגעשיכטע==
בערנאַרד סאַנדערס איז געבוירן געוואָרן דעם 8טן סעפּטעמבער 1941 אין ברוקלין ניו יאָרק צו אלי (אליהו) און דאָראָטי (דבורה) סאַנדערס. זיין טאַטע איז געווען אַ אידישער אימיגראַנט פון אַ קליין שטעטל [[סלאָפּניצע]] אין דרום [[פּוילן]] וואָס האָט צוזאַמען מיט זיין ברודער אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1921. זיין מאַמע (געבוירן גלאַסבערג) איז געבוירן געוואָרן אין ניו יאָרק צו אידישע אימיגראַנטן פון פוילן און [[רוסלאַנד]]. בערני איז אויפגעוואַקסן אין [[מידוואוד]], [[ברוקלין]]: די משפּחה, די עלטערן און צוויי זין, האָט געוואוינט אין אַ דירה אויף 1525 E 26th St. בערני האָט זיך געלערנט אין אַ רעגירונג'ס שולע און נאָכמיטאָגס פלעגט ער באַזוכעןבאַזוכן אַ אידישע שולע.
 
סאַנדערססאַנדערסנ'ס עלטערער ברודער לוי (לערי) סאַנדערס, געבוירן אין 1935, וואוינט זינט 1968 אין [[ענגלאַנד]], וואו ער איז שפּעטער געוואָרן אַ פּאָליטיקער און אַן אַקטיוויסט אין דער "גרינער פּאַרטיי". בערני רימט גאָר שטאַרק זיין עלטערן ברודער און זאָגט אַז ער האָט זיך אַ סך געלערנט פון אים און אַ סך פון זיינע אידעעס איז אים צו פאַרדאַנקען.
 
בערנאַרדס אינטערעס אין פּאָליטיק האָט זיך אָנגעהויבן אַלס ער איז נאָך געווען יונג. לויט זיינע ווערטער, האָט ער פאַרשטאַנען די וויכטיקייט פון פּאָליטיק אין גאָר אַ יונגן עלטער, צוגעבנדיק, אַז "אַן אומבאַקאַנטער מאַן וואָס האָט געהייסן [[אַדאָלף היטלער]] ימ״ש האָט געוואונען וואַלן אין 1932. ער האָט געוואונען און 50 מיליאָן נפשות, אַריינגערעכנט 6 מיליאָן אידן, זיינען אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה אַלס אַ פּועל יוצא פון די דאָזיקע וואַלן. דערפון האָב איך מיר באַגריפן, אַלס גאָר אַ קליין קינד, אַז פּאָליטיק איז אין אמת'ן זייער וויכטיג!"
שורה 12:
סאַנדערס האָט פרי אָנערקענט די עקאָנאָמישע [[אומגלייכהייט]] אין דער געזעלשאַפט פון די [[פאַראייניקטע שטאַטן|פאַראייניגטע שטאַטן]] . ווי ער האָט אַמאָל געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיט דער [[גאַרדיאַן]] צייטונג, "איך האָב געזען און געפילט די אומרעכט און אומ׳יושר אין דער אַמעריקאַנישער סיסטעם, וואָס דאָס איז טאַקע געווען די הויפּט־אינספּיראַציע אין מיין פּאָליטישער קאַריערע". סאַנדערס טענהט, אַז איינע פון די וויכטיגסטע השפּעות אויף זיין אייגענער פּאָליטישער שיטה האָט געהאַט דער אַמעריקאַנישער סאָציאַליסטישער פירער [[יודזשין דעבס]]. אַן אַנדער פאַקטאָר איז געווען די פינאַנציעלע לאַגע אין דער משפּחה.
 
בערני האָט שטאַרק ליב געהאַט ספּאָרט און איז געווען שטאַרק אַריינגעצויגן אין דער אַמעריקאַנישער [[בייסבאָלבעיסבאל|בעיסבאָל]] קולטור פון די 50'ער50ער יאָרן. ער פלעגט נאָכפאָלגן די דעמלסטיגעדעמאלסטיגע "ברוקלין דאָדזשערס". סאַנדערס איז געווען איינער פון די בעסטע שפּילער אין דער [[קוישבאל|קוישבאָל]] קאָמאַנדע.
 
אין 1954 האָט סאַנדערס געפּראַוועט זיין [[בר מצווה]].
 
זיין שול־בילדונג האָט סאַנדערס ממשיך געווען אין דער [[דזשיימס מעדיסאָן שולע]] אין ברוקלין און איז שפּעטער געגאַנגען אין [[ברוקלין קאלעדזש|ברוקלין קאָלעדזש]] פאַר איין יאָר. דערנאָך האָט ער שטודירט אין [[אוניווערסיטעט פון שיקאגא|אוניווערסיטעט פון שיקאַגאָ]], וואָס ער האָט פאַרענדיקט אַלס [[באקאלאווער|באַקאַלאַווער]] אין פּאָליטישע וויסנשאַפטן. בשעת זיין שטודיאום האָט סאַנדערס זיך אָנגעשלאָסן אין דער יוגנטלעכער סאָציאַליסטישער ליגע און איז געווען אַקטיוו אין "ציווילע רעכט" באַוועגונג. ער איז אויך געווען אַ מיטגליד פון דער Student Nonviolent Coordinating Committee. זייענדיק אין קאָלעדזש האָט סאַנדערס אָנגעפירט און אָרגאַניזירט פּראָטעסטן און איז געוואָרן אַ מיטגליד פון די Young People's Socialist League, ווי אויך איז ער געווען שטאַרק אַריינגעטאָן אין אָרגאַניזירן פּראָטעסטן פאַר דער Congress of Racial Equality וואָס האָט געקעמפט פאַר ציווילע רעכט פון דער שוואַרצער באַפעלקערונג. אין יאַנואַר 1962 האָט סאַנדערס מאָביליזירט און אָנגעפירט אַ פּראָטעסט קעגן סעגרעגאַציע אויפן קאַמפּוס פון שיקאַגער אוניווערסיטעט. אין 1963 האָט ער צווישן אַנדערע אָנטייל גענומען אינעם "[[מאַרש אויף וואַשינגטאָן פאַר שטעלעס און פרייהייט]]".
 
אין 1963 איז סאַנדערס קורץ אַרעסטירט געוואָרן ביי א ראלי וואו ער האט אנטיילגענומען זיך אנצונעמען פאר קריוודעס אקעגן די אפריקאנער-אמעריקאנער, און פאַר זיין קעגנשטעלן זיך בשעת אַרעסט האָט ער באַקומען אַ קנס פון $25.
שורה 22:
סאַנדערס מוטער איז נפטר געוואָרן אין יוני 1959 אין עלטער פון נאָר 46 יאָר. סאַנדערס טאַטע איז שפּעטער נפטר געוואָרן אין 4טן אויגוסט 1962, אין עלטער פון 57.
 
סאַנדערס האָט עטלעכע מאָל זיך אויסגעדריקט, אַז ער איז "שטאָלץ צו זיין אַ איד" הגם ער איז אויפגעוואַקסן אין אַ סעקולערער אידישער שטוב. זיין יעצטיגע ווייב איז אַ קאַטוילישע, בערני האָט אָפט אויסגעדריקט זיין רעספעקט צום היינטיגן [[פויבסט|פּויפּסט]] פראַנציסק און געזאָגט אַז "דער פירער פון דער קאַטאָלישער קירכע ברענגט אַרויף גאָר וויכטיגע פראַגן און עס איז שטאַרק נייטיג, אַז מיר זאָלן צוהערן וואָס ער זאָגט".
 
אין 1964 האָט סאַנדערס גראַדואירט פונעם אוניווערסיטעט פון שיקאַגאָ מיט אַ דיפּלאָם פון ערשטן גראַד אין די [[פּאליטישע וויסנשאפטן|פּאָליטישע וויסנשאַפטן]]. ער האָט חתונה געהאַט מיט דבורה שילינג און געקויפט אַ קליינעקליין זומער הויז אין ווערמאָנט. זיי האָבן נישט געהאַט קיין קינדער און זיך גע׳גט נאָך אַכצן חדשים.
 
די נעקסטע פאר יאר האט בערני פראבירט פארשידענע ארבעט און שטעלעס אריינגערעכנט שרייבער, פילימעיקערפיליממאכער, מוזיקאנט, סיי אין ווערמאנט אין סיי אין ניו יארק ווי אויך האט ער פארוויילט אין א קיבוץ אין מדינת ישראל פאר אפאר חדשים.
 
דערנאך איז בערני ארויסגעגאנגען און גע'דעיט סוזאן מאט מיט וועם ער האט געהאט זיין איינציגסטע ביאלאגישע קינד, זיין זון לוי איז געבוירן געווארן דעם 21סטן מערץ 1969, קורץ דערנאך האבן זיי זיך אפגעטיילט און זיי האבן למעשה קיינמאל נישט חתונה געהאט אינאיינעם.
שורה 57:
אין דעם 9'טן פעברואר 2016 האט בערני געשאפן היסטאריע ווערנדיג דער ערשטער [[ייד|איד]] צו זיגן אין א פארמעסט אויף דעם העכסטן אמט אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געוואונען די [[דעמאקראטישע פארטיי|דעמאקראטישע]] פריימערי וואלן אין [[ניו העמפשיר|ניו העמפשור]] צו זיין דער קאנדידאט אין די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, מיט א גאר שטארקן אויבערהאנט, אנציענדיג איבער 60 פראצענט פון די שטימען, אנטקעגן זיין מאכטפולן קעגנער די געוועזענע סערעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן וועלכע האט באקומען בלויז 38 פראצענט.
 
אין די [[ניו העמפשער|ניו העמפשור]] פריימערי וואלן האט סאנדערס באקומען 60% פון די שטימען און 15 פון די 24 וואלן-באשטימטע דעלעגאטן.
 
שפעטער, דורכאויס דעם פארמעסט, האט ער געוואונען די נאמינאציע אין נאך פיל שטאטן, אריינגערעכנט זיין היים-שטאט [[ווערמאנט]] ווי ער האט אנגעצויגן כמעט ניינציג פראצענט און באקומען אלע דעלעגאטן.