אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בערני סאנדערס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט 2020
שורה 1:
{{יתום}}
[[טעקע:Bernie Sanders.jpg|קליין|אפיציעלע סענאט בילד פון בערני סאַנדערס]]
'''בערנאַרד (בנימין) "בערני" סאַנדערס''' ({{שפראך-en|Bernie Sanders}}; געב׳געבוירן דעם 8טן8'טן סעפּטעבמער, 1941) איז אַן אַמעריקאַַנער פּאָליטיקער און אַ סענאַטאָר פון [[ווערמאָנט]], פון דער [[דעמאקראטישע פאַרטיי|דעמאָקראַטישער פּאַרטיי]]. ער קאַנדידירטהאט זיךקאַנדידירט פאַר [[פּרעזידענט פון די פאַראייניקטע שטאַטן|פּרעזידענט פון די פאַראייניגטע שטאַטן]] אין די 2016 און 2020 וואַלן.
 
==לעבנסגעשיכטע==
בערנאַרד סאַנדערס איז געבוירן געוואָרן דעם 8טן סעפּטעמבער 1941 אין ברוקלין ניו יאָרק צו אלי (אליהו) און דאָראָטי (דבורה) סאַנדערס. זיין טאַטע איז געווען אַ אידישער אימיגראַנט פון אַ קליין שטעטל [[סלאָפּניצע]] אין דרום [[פּוילן]] וואָס האָט צוזאַמען מיט זיין ברודער אימיגרירט קיין אַמעריקע אין 1921. זיין מאַמע (געבוירן גלאַסבערג) איז געבוירן געוואָרן אין ניו יאָרק צו אידישע אימיגראַנטן פון פוילן און [[רוסלאַנד]]. בערני איז אויפגעוואַקסן אין [[מידוואוד]], [[ברוקלין]]: די משפּחה, די עלטערן און צוויי זין, האָט געוואוינט אין אַ דירה אויף 1525 E 26th St. בערני האָט זיך געלערנט אין אַ מלוכישעררעגירונג'ס שולע און נאָכמיטאָגס פלעגט ער באַזוכען אַ יידישעאידישע שולע.
 
סאַנדערסעססאַנדערס' עלטערער ברודער לוי (לערי) סאַנדערס געבוירן אין 1935, וואוינט זינט 1968 אין [[ענגלאַנד]], וואו ער איז שפּעטער געוואָרן אַ פּאָליטיקער און אַן אַקטיוויסט אין דער "גרינער פּאַרטיי". בערני רימט גאָר שטאַרק זיין עלטערן ברודער און זאָגט אַז ער האָט זיך אַ סך געלערנט פון אים און אַ סך פון זיינע אידעעס איז אים צו פאַרדאַנקען.
 
בערנאַרדס אינטערעס אין פּאָליטיק האָט זיך אָנגעהויבן אַלס ער איז נאָך געווען יונג. לויט זיינע ווערטער, האָט ער פאַרשטאַנען די וויכטיקייט פון פּאָליטיק אין גאָר אַ יונגן עלטער, צוגעבנדיק, אַז "אַן אומבאַקאַנטער מאַן וואָס האָט געהייסן [[אַדאָלף היטלער]] ימ״ש האָט געוואונען וואַלן אין 1932. ער האָט געוואונען און 50 מיליאָן נפשות, אַריינגערעכנט 6 מיליאָן אידן, זיינען אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה אַלס אַ פּועל יוצא פון די דאָזיקע וואַלן. דערפון האָב איך מיר באַגריפן, אַלס גאָר אַ קליין קינד, אַז פּאָליטיק איז אינדעראמתןאין אמת'ן זייער וויכטיקוויכטיג!"
 
סאַנדערס האָט פרי אָנערקענט די עקאָנאָמישע [[אומגלייכהייט]] אין דער געזעלשאַפט פון די [[פאַראייניקטע שטאַטן|פאַראייניגטע שטאַטן]] . ווי ער האָט אַמאָל געזאָגט אין אַן אינטערוויו מיט דער [[גאַרדיאַן]] צייטונג, "איך האָב געזען און געפילט די אומרעכט און אומ׳יושר אין דער אַמעריקאַנישער סיסטעם, וואָס דאָס איז טאַקע געווען די הויפּט־אינספּיראַציע אין מיין פּאָליטישער קאַריערע". סאַנדערס טענהט, אַז איינע פון די וויכטיקסטעוויכטיגסטע השפּעות אויף זיין אייגענער פּאָליטישער שיטה האָט געהאַט דער אַמעריקאַנישער סאָציאַליסטישער פירער [[יודזשין דעבס]]. אַן אַנדער פאַקטאָר איז געווען די פינאַנציעלע לאַגע אין דער משפּחה.
 
בערני האָט שטאַרק ליב געהאַט ספּאָרט און איז געווען שטאַרק אַריינגעצויגן אין דער אַמעריקאַנישער [[בייסבאָל|בעיסבאָל]] קולטור פון די 50ער50'ער יאָרן. ער פלעגט נאָכפאָלגן די דאַמלסטיקעדעמלסטיגע "ברוקלין דאָדזשערס". סאַנדערס איז געווען איינער פון די בעסטע שפּילער אין דער [[קוישבאָל]] קאָמאַנדע.
 
אין 1954 האָט סאַנדערס געפּראַוועט זיין [[בר מצווה]].
שורה 18:
זיין שול־בילדונג האָט סאַנדערס ממשיך געווען אין דער [[דזשיימס מעדיסאָן שולע]] אין ברוקלין און איז שפּעטער געגאַנגען אין [[ברוקלין קאָלעדזש]] פאַר איין יאָר. דערנאָך האָט ער שטודירט אין [[אוניווערסיטעט פון שיקאַגאָ]], וואָס ער האָט פאַרענדיקט אַלס [[באַקאַלאַווער]] אין פּאָליטישע וויסנשאַפטן. בשעת זיין שטודיאום האָט סאַנדערס זיך אָנגעשלאָסן אין דער יוגנטלעכער סאָציאַליסטישער ליגע און איז געווען אַקטיוו אין "ציווילע רעכט" באַוועגונג. ער איז אויך געווען אַ מיטגליד פון דער Student Nonviolent Coordinating Committee. זייענדיק אין קאָלעדזש האָט סאַנדערס אָנגעפירט און אָרגאַניזירט פּראָטעסטן און איז געוואָרן אַ מיטגליד פון די Young People's Socialist League, ווי אויך איז ער געווען שטאַרק אַריינגעטאָן אין אָרגאַניזירן פּראָטעסטן פאַר דער Congress of Racial Equality וואָס האָט געקעמפט פאַר ציווילע רעכט פון דער שוואַרצער באַפעלקערונג. אין יאַנואַר 1962 האָט סאַנדערס מאָביליזירט און אָנגעפירט אַ פּראָטעסט קעגן סעגרעגאַציע אויפן קאַמפּוס פון שיקאַגער אוניווערסיטעט. אין 1963 האָט ער צווישן אַנדערע אָנטייל גענומען אינעם "[[מאַרש אויף וואַשינגטאָן פאַר שטעלעס און פרייהייט]]".
 
אין 1963 איז סאַנדערס קורץ אַרעסטירט געוואָרן ביי א ראלי וואו ער האט אנטיילגענומען זיך אנצונעמען פאר קריוודעס אקעגן די אפריקאנער-אמעריקאנער, און פאַר זיין קעגנשטעלן זיך בשעת אַרעסט האָט ער באַקומען אַ קנס פון $25.
 
סאַנדערס מוטער איז נפטר געוואָרן אין יוני 1959 אין עלטער פון נאָר 46 יאָר. סאַנדערס טאַטע איז שפּעטער נפטר געוואָרן אין 4טן אויגוסט 1962, אין עלטער פון 57.
 
סאַנדערס האָט עטלעכע מאָל זיך אויסגעדריקט, אַז ער איז "שטאָלץ צו זיין אַ איד" הגם ער איז אויפגעוואַקסן אין אַ סעקולערער אידישער שטוב. זיין איצטיקעיעצטיגע ווייב איז אַ קאַטוילישע, בערני האָט אָפט אויסגעדריקט זיין דרךרעספעקט ארץצום צו היינטיקןהיינטיגן [[פּויפּסט]] פראַנציסק און געזאָגט אַז "דער פירער פון דער קאַטאָלישער קירכע ברענגט אַרויף גאָר וויכטיקעוויכטיגע פראַגן און עס איז שטאַרק נייטיקנייטיג, אַז מיר זאָלן צוהערן וואָס ער זאָגט".
 
אין 1964 האָט סאַנדערס גראַדואירט פונעם אוניווערסיטעט פון שיקאַגאָ מיט אַ דיפּלאָם פון ערשטן גראַד אין די [[פּאָליטישע וויסנשאַפטן]]. ער האָט חתונה געהאַט מיט דבורה שילינג און געקויפט אַ קליינע זומער הויז אין ווערמאָנט. זיי האָבן נישט געהאַט קיין קינדער און זיך גע׳גט נאָך אַכצן חדשים.
שורה 32:
לוי איז כמעט נישט אריינגעמישט אין פאליטיק און פירט א שטילע לעבן, ער האט גראדואירט פונעם [[אוניווערסיטעט פון ארעגאן]] און האט א דיפלאם אין היסטאריע. ער ארבעט אין א פארזיכערונגס פירמע האנדלינג און אנאלייזינג דיסעביליטי קלעימס. לוי האט אויך געארבעט ווי א קאנסולטאנט פאר זיין פאטערס 2006 סענאט קאמפיין. לוי האט געשטיצט פרעזידענט [[אבאמא]] ביי די וואלן און ער האט געהאט א 15 מינוטיגע מיטינג מיט אים אין 2012. אבאמא האט אויך געהאלפן בערני'ס קאמפיינען אין 2006 פאר די סענאט זיץ פון ווערמאנט.
 
אין 1988 האט סאנדערס חתונה מיט זיין איציטיגע ווייב דזשעין אָ'מעאַראַ דריסקאָל Jane O’Meara Driscol) ,65) וואס איז (פונקט ווי ער) אויפגעוואקסן אין ברוקלין, זי קומט פון א קאטוילישער שטוב פון פינף קינדער ווי זי איז געגאנגען אין א קאטוילישער שולע און שפעטער געלערנט אין אפאר קאלעדזשעס, ווי זי האט צום סוף באקומען איר קאלעדזש דיפלאם אין סאציאלער ארבעט פון גאדארד קאלעדזש און אין 1966 האט זי באקומען א דאקטראט פון Union Institute & University. זי איז די געוועזענע פרעזידענטקע פון בורלינגטאן קאלעדזש. בערני האט זיך צום ערשט באקענט געמאכט מיט זיין ווייב אין די נאכט פון זיין ערשטער קאמפיין זיג אלס בירגערמייסטער פון בורלינגטאן אין 1988 און פון דארט און ווייטער זענען זיי געווארן גאר נאנט און זיך זייער גיטגוט פארשטאנען און אויסגעקומען איינער מיטן צווייטען און ביזן היינטיגן טאג איז זי זיין רעכטע האנט און זיין אדווייזערעצה געבערן און באגלייט אים ווי ער גייט נאר און פארט ארום קאמפיינען מיט אים. זי רומטרימט שטארק בערני און זאגט אז ער איז א אויסערגעווענטליכע געטרייע מאן און א גוטע טאטע/זיידע פאר די קינדער/אייניקלעך ווי אויך א גוטע הארץ וואס פירט זיך בפשטות ווי א פשוטע מענטש מיט ענוה און האט נישט ליב ווען מ'רימט אים. בערני העלפט ארויס אסאך אין שטוב און ביז היינטיגן טאג אפילו זייענדיג א סענעטאר פון ווערמאנט מאכט ער אליינס זיין לאנדרי און גראסערי שאפינג פאר זיין שטוב. זי האט מיטגעברענגט דריי קינדער פון איר ערשטע מערידזש און בערני פארעכענט זיי פונקט ווי זיין אייגענע. ער האט זיבן אייניקלעך וואס ער האט זייער ליעבליב און רעדט פון זיי כסדר און ער געט אפ אסאך פון זיין טייערע צייט צו פארברענגען מיט זיי.
 
בערני האט געקויפט 75 אקער לאנד אין ווערמאנט פאר די נישטיגע סכום פון $2500. ער וואוינט אין א דורכשניט פשוטן הויז אין בורלינגטאן ווערמאנט. ער זאגט אז די סיבה פארוואס ער האט זיך לכתחילה אוועקגעצויגן פון די שטאט און געקומען וואוינען קיין ווערמאנט איז ווייל ער האט שטארק ליב צו וואוינען אינדרויסן פון שטאט. און פון אלץ קליין קינד ווען ער איז געגאנגען אין זומער קעמפ אין אפסטעיט ניו יארק האט ער זיך שטארק פארליבט אין די מאונטעינס און אין די דארפיש לייף סטייל און אירע הערליכע נאטור. בערני האט ליעב צו הייקן און שפאצירן אין די וועלדער און ער זאגט אז ער האט געפילט ווי ווערמאנט פאסט אים פּערפעקט פונקט ווי א הענטשקע.
 
בערני האט געוואונען די וואלן פאר בירגערמייסטער פון בורלינגטאן מיט 10 שטימען דערנאך האט ער געוואונען די זיץ פון ווערמאנט קאנגראסמאן און שפעטער האט ער פארטרעטן ווערמאנט אלס איר סענאטערסענאטאר אין וואשינגטאן.
 
==פאליטיק==
שורה 53:
 
===2016 פרעזידענטליכע וואלן===
בערני לויפטאיז יעצטגעלאפן פאר דער דעמאקראטישער נאמינאציע אנטקעגן די געוועזענע [[אויסערן סעקרעטאר]] [[הילערי קלינטאן]]. ער איז געווען באליבט בעיקר ביי די יונגע דעמאקראטן, און זיין אגענדע איז פרייע קאלעדזש א שטייגער ווי עס איז איינגעפירט אין רוב אייראפעישע לענדער און פרייע געזונט פארזיכערונג פאר אלע אמעריקאנער בירגער, ער קאמפיינט אז מען דארף צוברעכן די שטארקייט און איינפלוס וואס די ביליאנערן האבן אויף וואשינגטאן און פאליטיק, און ער וויל אפשאפן סיזיעןסיטיזענ'ס יונייטדיטיונייטעד.
 
אין דעם 9'טן פעברואר 2016 האט בערני געשאפן היסטאריע ווערנדיג דער ערשטער [[ייד|איד]] צו זיגן אין א פארמעסט אויף דעם העכסטן אמט אין די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געוואונען די [[דעמאקראטישע פארטיי|דעמאקראטישע]] פריימערי וואלן אין [[ניו העמפשיר|ניו העמפשור]] צו זיין דער קאנדידאט אין די 2016 פרעזידענטליכע וואלן, מיט א גאר שטארקן אויבערהאנט, אנציענדיג איבער 60 פראצענט פון די שטימען, אנטקעגן זיין מאכטפולן קעגנער די געוועזענע סערעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן וועלכע האט באקומען בלויז 38 פראצענט.
 
אין די [[ניו העמפשער|ניו העמפשור]] פריימערי וואלן האט סאנדערס באקומען 60% פון די שטימען און 15 פון די 24 וואלן-באשטימטע דעלעגאטן.
 
שפעטער, דורכאויס דעם פארמעסט, האט ער געוואונען די נאמינאציע אין נאך פיל שטאטן, אריינגערעכנט זיין היים-שטאט [[ווערמאנט]] ווי ער האט אנגעצויגן כמעט ניינציג פראצענט און באקומען אלע דעלעגאטן.
 
==== <big>'''2020 פרעזידענטליכע וואלן'''</big> ====
בערני לויפט אצינד נאכאמאל פאר דער דעמאקראטישער נאמינאציע אנטקעגן 23 אנדערע אין שפיץ פון די געוועזענע וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען.
 
== זעט אויך ==