אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מענדעלע מוכר ספרים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
'''מענדעלע מוכר ספרים''' איז געווען דער פסעוודאנים פון '''שלום יעקב אַבראַמאָװיטש,''' א [[שרייבער]] אויף [[העברעאיש]] און [[יודיש]] וועלכער האט געלעבט און געשאפן פון 1839 ביז 1917.
 
דער גרויסער [[יידיש]]ער [[שריפטשטעלער]], [[שלום עליכם (שרייבער)|שלום עליכם]], האט אים גערופן דער "[[זיידע]]" פון יידישער [[ליטעראטור]], צוליב דעם וואס ער איז געווען דער סאמע ערשטער ראמאניסט פון דער יידישיסטישער באוועגונג, וואס איז געבוירן געווארן פון דער [[השכלה]]-באוועגונג. זיין אויפטו האט געבוירן א [[שפראך]], וואס איז ביז דאן נאר געווען צוריקגעשטאנען און ארים, און האט גענוצט נאר צו רעדן און כמעט נישט צו שרייבן אדער לייענען ליטערארישע [[ביכער]] פון הויכער קוואליטעט.
 
ביז דאן האט די יודישע אינטעליגענציע געקוקט אויף יודיש מיט א גרינגשעצונג. אונטער דער השפעה פון דעם יידישיסט [[יהושע מרדכי ליפשיץ]] האט טראנספארמירט דעם אזויגערופענעם '''זשאַרגאָן''' און אים געשטעלט אויף די פיס אלס א מאדערנער כלי צו [[חינוך]] און לעבן.