אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סאטעליט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
 
שורה 12:
 
== א סאטעליט ווערט ארויפגעשיקט אין קאסמאס ==
א סאטעליט קומט אן אין קאסמאס ([[אוניווערס]]) דורך א [[ראקעט]] אדער דורך א [[קאסמאס שאטעלשאטל]]. עטליכע לענדער און אסאך גרויסע פירמעס פארמאגן די נויטיגע ראקעטן און יעדע שטיק צייט ווערט א פרישע סאטעליט פון עטליכע טאנען ארויפגעשיקט סוקסעספול.
 
א ראקעט איז א שפיציגע טורעם וועלכע ווערט ארויפגעשאסן מיט'ן שפיץ ארויף כדי צו פארגרינגערן די רייזע אין אונזער וועלט אטמאספערע וועלכע איז די שווערסטע טייל פון דער רייזע. איינמאל עס גרייכט די הויכקייט פון קאסמאס דרייט זיך עס איבער זייטיג און עס פארט ווי א מיסיל צו מזרח זייט פון דער וועלט וויבאלד די וועלט דרייט זיך צו מזרח און דאס פארגרינגערט די רייזע. די ראקעטן הייבן זיך געווענליך אן אויסדרייען ווען זיי גרייכן די עקוואטאר פון דער וועלט וועלכע איז די העכסטע פונקט אין קאסמאס און די לופט איז די דינסטע פאר די ראקעט צו מאכן דעם נויטיגן דריי. אויך די ספיד ווערט איינגעטיילט לויט די דעסטינאציע רייזע און עס ווענדט זיך פון וואו די ראקעט פארט ארויס. צום ביישפיל נאס"א פארמאגט איר הויפט לאנטש באזע אין [[פלארידע]] וועלכע געפינט זיך 28 גראד צפון פון דער ערד'ס עקוואטאר. לויט זייער חשבון דרייט זיך די וועלט בערך 894 מייל פער שטונדע העכער איר לאנטש צענטער און עס קומט אויס אז קענעדי קאסמאס צענטער אז אפגערוקט מיט ספיד פון דעם עקוואטאר בערך 144 מייל פער שטונדע. (די וועלט איז א רינדיג ווי א באל. ווי יעדע באל איז די רינדיקייט ברייטער אינדערמיטן און שמעלער אונטן און אויבן דאס מאכט דער חילוק אין די שנעלקייט וואס עס דרייט זיך).
שורה 18:
פארגעסט נישט אז אלעס איז נאר אן אפשאצונג ווייל די גאנצע עקוואטאר איז נאר אן אויסגעמאלענעם ליניע פון די וועלטס אפטיילונג צווישן צפון און דרום. מער גענויע חשבונות איז צו קאמפליצירט פאר אונז און דאס וועלן מיר לאזן פאר די נאס"א סייענטיסטן.
 
אויב נאס"א וואלט געהאט איר לאנטש צענטער נענטער צום עקוואטאר וואלטן זי זיך געשפארט אסאך ענערגיע וויבאלד די היינטיגע ראקעטן אדער קאסמאס שאטעלסשאטלס זענען זייער שווער (צענדליגער טויזענטער טאנען) צוליב די שווערע ברענשטאף טאנקען וועלכע זי טראגט אויף זיך די ערשטע מאמענטן פון די רייזע. יעצט צו מאכן די שווערע משא פליען 144 מייל פער שטונדע שנעלער פארנוצט גאר אסאך ענערגיע וועלכע איז אסאך געלט.
 
ווען א ראקעט גרייכט די קאסמאס הויכקייט (בערך 120 מייל ארויף) שיסט עס ארויס עטליכע קליינע ראקעטן וועלכע גלייכט אויס די ראקעט און דאן ווערט די סאטעליט ארויסגעשיקט פון די ראקעט. איינמאל די סאטעליט איז אין קאסמאס ווערט ארויסגעשאסן נאך עטליכע קליינע ראקעטן וועלכע מאכן זיכער אז די סאטעליט ווערט גענוג ווייט אפגעטיילט פון די ראקעט כדי עס זאל זיך נישט צוזאמענקראכן און געשעדיגט ווערן.
 
א ראקעט מוז פליען כאטש 25,039 מייל פער שטונדע עס זאל קענען גרייכן א קאסמאס הויכקייט. אויב עס פליט לאנגזאמער האט עס נישט גענוג ענערגיע דאס צו שטופן ווייטער און עס וואלט אויסגעוועפט און צוריק אראפגעפאלן.
 
 
== די סאטעליטן אין קאסמאס ==
 
ווי יעדער ווייסט פארמאגט די וועלט אן כוח המשכה וועלכע שלעפט אלעס אראפ צו די ערד. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן [[גראוויטי]]. אין קאסמאס (קאסמאס מיינט העכער די וועלט'ס אטמאספערע) איז נישט פאראן קיין גראוויטי און דערפאר קען מען דארט ארומגיין און דער לופטן וויבאלד גארנישט שלעפט נישט אראפ. די סאטעליטן פליען אין א נידעריגערע פונקט אין קאסמאס וואו די גראוויטי איז נאך יא פאראן אין זייער א קליינע מאס.
 
שורה 70 ⟵ 68:
אלע סאטעליטן פארמאגן א הויפט קערפער וועלכע אנטהאלט די אלע דעווייסעס. די קערפער איז געמאכט פון שטארקע אייזן עס זאל קענען אויסהאלטן די לאנטש וועלכע איז ווי א שטארקע אויפרייס. יעדע סאטעליט פאמאגט א סאלאר פאנעל וועלכע ציט אריין סאלאר ענערגיע פון די זון און עס נוצט א באטערי בעקאפ אין פאל די סאלאר קראפט גייט אויס. געוויסע סאטעליטן נוצן פיול סעל טעכנאלאגיע און אמאל פלעגט מען אפילו נוצן נוקלעראע ענערגיע.
 
יעדע סאטעליט שיקט באריכטן פון איר קערפערשאפט צו די קאסמאס צענטער אויף די ערד וועלכע האט איר ארויסגעשיקט. אמאל מאכט זיך אז עפעס ווערט צובראכן און מען שיקט ארויס א קאסמאס שאטעלשאטל מיט אסטראנאטן וועלכע קריכן ארויף אויף די סאטעליט און פאררעכטן דאס.
 
קליינע סאטעליטן שטארבן אפ מיט דער צייט און מען שיקט ארויף נייע אבער די גרויסע סאפיסטיקירטע סאטעליטן זענען זייער טייער און געדויערט לאנג צו פראדוצירן. די סארט סאטעליטן ווערן פראדוצירט צעביסלעך און פון צייט צו צייט לייגן די אסטראנאטן צו נאך א טייל ביז עס ווערט גענצליך פארטיג.
שורה 78 ⟵ 76:
עס זענען פאראן איבער טויזענט סאטעליטן פון אלע סארטן וועלכע פליען ארום אין קאסמאס צו יעדע צייט און דאס ווערט מער און מער פון יאר צו יאר. (האט נישט קיין מורא עס איז פאראן גענוג פלאץ אפילו פאר מיליאנען). די גרעסטע אין צאל זענען די וועטער, קאמיוניקאציע, און טעלעוויזיע סאטעליטן וועלכע ציילן הונדערטער און פליען ביי א הויכקייט פון 22,223 מייל העכער די ערד, דאס איז בערך א צענטל די הויכקייט פון די לבנה. יענע ארט ווערט גערופן אין די סייענטיפישע וועלט אלס די סאטעליט פארקינג סטריפ צוליב די פילע סאטעליטן וועלכע שפרייזן דארט ארום. דאס פלאץ איז פונקט העכער דער עקוואטאר פון די וועלט און די סאטעליטן שטייען העכער איין ארט פון די וועלט די גאנצע צייט, ווי מיר האבן דערמאנט אינעם פאריגן ארטיקל אז זיי צירקולירן די וועלט איינמאל אין 24 שטונדן און וויבאלד די וועלט דרייט זיך אויך ארום איינמאל אין 24 שטונדן קומט אויס אז עס געפינט זיך אויף די זעלבע פלאץ די גאנצע צייט.
 
דערנאך זענען פאראן א רייע סאטעליטן פון פארשידענע סארטן וועלכע פליען 400 מייל העכער די ערד און גייען ארום די וועלט עטליכע מאל פער טאג. די קאסמאס שאטעלסשאטלס פון נאס"א פארט אויך בערך אויף די זעלבע הויכקייט (צווישן 250 און 400 מייל). צום לעצט זענען פאראן די סאטעליטן וועלכע ווערן גענוצט פאר נעוויגאציע, מאפעס, און פאטאגראפיע, וועלכע פליען אין די פאלאר ארביט וואס מיינט אביסל העכער די וועלטס צפון העכסטע ארט וועלכע איז די נארט פאל. די סאטעליטן פארן נישט אזוי שנעל און שטייען אויך העכער איין פלאץ העכער די וועלט וויבאלד עס דרייט זיך ארום די וועלט די זעלבע שנעל ווי די וועלט דרייט זיך אין קאסמאס. דאס קומט אויס אז רוב וועלט (אויסער די עק דרום טייל) גייט דורך אונטער די סאטעליטן זייער נאנט.
וויבאלד עס זענען פאראן אזויפיל סאטעליטן אין קאסמאס איז פאראן א קאנטראל צימער אין אלע לענדער וועלכע האבן סאטעליטן אין קאסמאס כדי זיכער צו מאכן אז איינס קראכט נישט אריין אין די אנדערע און די סיגנאלן קלאפן זיך נישט אן איינע די אנדערע.
שורה 90 ⟵ 88:
די נידעריגסטע סאטעליטן קענען פליען צווישן 80 און 1,200 מייל העכער אונזערע קעפ. (אונז מיינט אמעריקאנער וועלכע זענען נישט ווייט פון דעם עקוואטאר). די נידעריגסטע סאטעליטן זענען אבזערוואציע סאטעליטן וועלכע ווערן גענוצט פאר מאפעס, כאפן בילדער, ענווייראמענט שאצונגן, און אלע סארט זוכונגן וועלכע ווערן באשטימט דורך א סאטעליט ווי זוכן פאר מינעראלן, נאכפאלגן שיפן און פליגער אין פאל פון אן עמוירדזשענסי און אזוי אויך די אלע מענטשן וועלכע האבן אויף זיך די ספעציעלע אייזן רינג אויף זייערע קערפער זיי זאלן נישט קענען אנטלויפן פון לאנד. אין דער צוקונפט וועט אינטערנעט אויך ארבעטן דורך נידעריג פליענדיגע סאטעליטן וועלכע וועלן טראנסמיטירן די ראדיא סיגנאלן איינמאל אינטערנעט וועט אריבערגיין פון טעלעפאן צו ראידא פריקווענסי, ערווארטעט אין די קומענדיגע יארן.
 
די נעקסטע גרופע סאטעליטן פליען צווישן 3,000 און 12,000 מייל העכער אונזערע קעפ. די סאטעליטן ווערן גענוצט פאר נעוויגאציע וועלכע זענען די דזשי-פי-עס און נאווסטאר סאטעליטן. יעדער וואס האט א דזשי-פי-עס רעסיווער קען באקומען די אינפארמאציע פון די סאטעליטן ווי אימער אויף די וועלט מען געפינט זיך. אלע שיפן, פליגער, קאסמאס שאטעלסשאטלס, און אויטאס מיט נעוויגאציע ארבעטן מיט די סאטעליטן.
 
א שטאפל העכער איז שוין די העכסטע שטאפל וועלכע איז 22,223 מייל העכער אונז. ווי פריער דערמאנט זענען דארט פאראן אלע וועטער און קאמיוניקאציע סאטעליטן. וויבאלד די סאטעליטן געפינען זיך אזוי הויך איז פאראן א שטיקל אפלייג אין קאמיוניקאציע וועלכע איז בערך 600 מילי-סעקונדעס. די אפלייג קען זיין אמאל פיל מער ביז אזוי פיל ווי צוויי סעקונדן, געוואנדן לויט די מעכאניזם וועלכע מען נוצט אונטן אויף די ערד. ווען מען רעדט איבער'ן ים קען מען דאס אליינס בייוואוינען.
שורה 101 ⟵ 99:
בערך 10 יאר צוריק האט מען ארויפגעשיקט א סאטעליט וועלכע האט באקומען די מיסיע נאכצופאלגן האריקעינס און אלאמירן ווען איינס ווערט געשאפן. די האריקען סאטעליט האט געקאסט צו מאכן 290 מיליאן. די סאטעליטן וועלכע וועלן גענוצט ווערן אין די מיסיל דעפענס סיסטעם (צו מעלדן ווען א מיסיל קומט צו גיין) וועט קאסטן בערך 600 מיליאן יעדע איינע. אין פאקט איז שוין פאראן איין אזא סאטעליט וועלכע ווערט גענוצט פאר די מיסיל דעפענס פראבעס.
 
די פרייזן ענדיגן זיך אבער נישט דא ווייל אויך ארויפצושיקן א סאטעליט קאסט געלט. כדי צו שיקן א סאטעליט דארף מען בויען א ראקעט (א ראקעט ווערט נאר איינמאל גענוצט) און דאס ארויפשיסן אין קאסמאס אזאך וועלכע קאסט אליינס עטליכע הונדערט מיליאן דאלאר אבער קען אמאל זיין ביליגער אויב מען שיקט עטליכע צוזאמען מיט א קאסמאס שאטעלשאטל. נאכ'ן ארויפשיסן קאסט די אויפהאלטונג אויך אסאך געלט יערליך אזוי לאנג ווי עס איז אין קאסמאס.
 
אין צוגאב איז יעדע סאטעליט לאנטש אן איינשטעל ווייל עס מאכט פיל מאל וואס עס ארבעט זיך נישט אויס און אלעס גייט לאיבוד.
שורה 119 ⟵ 117:
אין קאסמאס פליט אלעס, אנגעהויבן פון די זון און געענדיגט ביי א שטיקל פאפיר. דאס מיינט אז אויב אן אסטראנאט לאזט בטעות אראפ א צווענגל וועט דער צווענגל פארבלייבן אין קאסמאס און פליען אינאיינעם מיט אלע סאטעליטן. איבער די יארן האט זיך אנגעזאמעלט טויזענטער אזעלכע שטיקער שמוץ און יעדעס מאל א ראקעט קומט אן אין קאסמאס אדער אויב א סאטעליט צוברעכט זיך פאלן נאך אסאך שטיקער אייזן און מעטאל אין קאסמאס.
די אלע זאכן פליען מיט א שנעלקייט פון 6 מייל פער סעקונדע וואס מיינט אז אויב א שטיק אייזן קראכט אריין אין א סאטעליט מאכט עס א גרויסע שאדן. אלע קאסמאס שאטעלסשאטלס האבן די עפענונגן פון אונטן כדי צו פארמינערן אזעלכע אינצידענטן. אויב א צווענגל זאל אריינפליען אין אן אסטראנאט וועט יענער דורכגעלעכערט ווערן און ווערן א טייל פון אלע מיסט וועלכע פליען ארום אין קאסמאס.
 
א טייל פון די שמיץ (אדער דזשאנק ווי זיי רופן דאס) פאלן מיט דער צייט אוועק וויבאלד זיי פליען נידעריג און עווענטועל גרייכט עס די וועלט'ס אטמאספערע און פאלט אראפ צו די ערד, געווענליך אין וואסער וויבאלד רוב וועלט איז וואסער, אבער אמאל אויך אויף די יבשה. עס האט זיך שוין מערערע מאל געמאכט אז מענטשן האבן באקומען מתנות פון קאסמאס אין זייערע בעקיארדס וועלכע האבן געמאכט טיפע לעכער.
שורה 127 ⟵ 125:
אין יוני 2006 האט נאסא ארגאניזירט א צוזאמענקראך צווישן א סאטעליט מיט א קאמעט, די גרויס פון מאנהעטן, וועלכע איז פונקט אראפגעקומען נידעריג אין קאסמאס. דער צוזאמענקראך איז געווען א דעפאלגרייך און פון דער אויפרייס האט א צווייטע סאטעליט גענומען בילדער פון וועלכע די סייענטיסטן וועלן קענען בעסער שטודירן וואס דער אינהאלט פון די קאמעטס זענען.
 
עטליכע יאר צוריק האט נאס"א ארויפגעשיקט א סאטעליט וועלכע זי האט גערופן: "לאנג דארעישן עקספאדזשור פעסיליטי". די סאטעליט האט שטודירט און גענומען בילדער פון אסאך קאסמאס שמוץ און נאך א שטיק צייט האט מען צוריק אראפגעברענגט די סאטעליט דורך א קאסמאס שאטעלשאטל און עס איז גענומען געווארן פאר שטודיעס אין נאס"א'ס סייענס צענטערן.