אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אילן רמון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 17:
נאָך ער האָט געלערנט ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט האָט ער געדינט אַלס דעפּוטעט עסקאַדראָן קאָמאַנדיר A, עסקאַדראָן 119, אין וועלכע ער האָט געפֿלויגן דער F-4 פֿאַנטאָם (1988 - 1990). אין 1990 האָט ער באַטייליקט אינעם עסקאַדראָן קאָמאַנדירן קורס, און ביז 1992 איז ער געווען קאָמאַנדיר פֿון עסקאַדראָן 117 מיטן F-16. אין 1994 איז ער געוואָרן קאָלאָנעל און באַשטימט געווען אַלס שעף פֿונעם געצייג-דעפּאַרטמענט. ער האָט געבליבן אינעם ראָלע ביז 1998.
 
רמון האָט אַקומולירט מער ווי 3,000 פֿלי שעה'ןס אין די עראָפּלאַנען A-4, מיראַזש III-C און F-4, און מער ווי 1,000 שעה'ןס אינעם F-16.
 
== ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט ==
שורה 25:
אין זיין ראָלע ביים מיסיע STS-107 האָט רמון באַטייליקט אינעם אויספֿיר פֿונעם ישראלישער שטויב עקספּערימענט, וואָס איז פּלאַנירט געוואָרן ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט צו פֿאָרשן דער אויסווירק פֿון זאַמד-שטורעמס אויפֿן [[מיטל מזרח]], און אויך אַנדערע עקספּערימענטן אין ביאָלאָגיע און פֿיזיק.
 
איידער זיין רייזע איז רמון אינטערעסירט געווען ווי צו מקיים זיין מצוות אין קאָסמאָס. ווען ער האָט געפֿרעגט וועגן שמירת שבת אין קאָסמאָס האָבן רבנים געענטפֿערן אַז ער דאַרף ציילן זעקס פּעריאָדן פֿון 24 שעה'ןס און מקיים זיין שבת ביים זיבנטער פּעריאָד, אַזוי ווי די הלכה-פֿירונג ביי די פּאָלן וואו דער זון שיינט נישט פֿאַר אַ סאַך מאָנאַטן.
 
נאָך אַ סאַך אָפּלייגן פֿון די צעשיקונג איז קאָלאָמביע געשיקט געווען דעם 16טן יאַנואַר 2003 פֿונעם [[קענעדי קאסמאס צענטער|קענעדי קאָסמאָס צענטער]] צו אַ 16 טעג מיסיע אין קאָסמאָס.