אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אילן רמון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פארבעסערט און פארברייטער. דעם ארטיקל וועגן אים דארף זיין טאקע געהעריק.
שורה 1:
[[טעקע:Ilan Ramon, NASA photo portrait in orange suit.jpg|קליין|אילן רמון אין 2001]]
'''אילן רמון''' (''אילאַן ראַמאָן''; געבוירן מיטן נאמען '''אילן וואָלפֿערמאַן'''; [[20סטן יוני]] [[1954]] - [[1טן פעברואר]] [[2003]]) איז געווען אַן [[ישראל]]דיקער [[ישראל לופטפלאט|לופֿטפֿלאטלופֿטפֿלאָט]] פּילאָט און דער איינציקער ישראלדיקער [[אסטראנויט|אַסטראָנויט]], און אַ נאַציאָנאַלער העלד. ער איז געווען אַ מיטגליד פון דער [[STS-107]] מיסיע מאַנשאַפֿט און איז אומגעקומען ביי דער [[קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע|קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע קאַטאַסטראָפֿע]] אין 2003. זיין מוטער איז געווען אַ [[חורבן אייראפע|חורבן]]-איבערלעבער פֿונעם [[אוישוויץ|אוישוויץ קאנצענטראציע לאגער]] און זיין פֿאָטער האט געקעמפֿט פֿאַר ישראל'ס זעלבשטענדיקייט. ער איז געווען פֿאַרהייראט צו דער אַקטיוויסטין [[רונה רמון]].
 
ער איז געווען דער לאַסט ספּעציעליסט {{ענ|Payload specialist}} פֿון [[קאסמאס שאטל קאלאמביע|קאָסמאָס שאַטל קאָלאָמביע]] ביי מיסיע [[STS-107]] און איז אומגעקומען צוזאַמען מיט זעקס אַנדערע אַסטראָנויטן אין די [[קאסמאס שאטל קאלאמביע קאטאסטראפע|צוריקקער אַקצידענט]].
 
== ביאגראפיע ==
רמון איז געבוירן געוואָרן אין [[רמת גן]], ישראל צו טאָניע (1929 - 2003) און אליעזר (1923 - 2006) וואָלפֿערמאַן, און איז דערצויגן געוואָרן אין [[באר שבע]]. זיין פֿאָטער איז געווען פֿון [[נאצי דייטשלאנד|דייטשלאַנד]] און זיין משפחה האָבן געלאָפֿן פֿון די נאַציס אין 1935. זיינע מוטער און באָבע זענען געווען [[חורבן אייראפע|חורבן]]-איבערלעבער פֿון [[אוישוויץ]]. זיי האָבן עמיגרירט צו ישראל אין 1949. אילן האָט געטוישן זיין משפחה נאָמען צו רמון ווען ער האָט מיטגעגאַנגען דער ישראלישער לופֿטפֿלאָט.
 
רמון האָט גראַדואירט פֿון מיטלשולע אין 1972. אין 1987 האָט ער גראַדואירט פֿונעם [[תל אביבער אוניווערסיטעט|תל אַביבער אוניווערסיטעט]] מיט אַ הויכער טיטל אין עלעקטראָניק און קאָמפּיוטער אינזשעניריע.
 
== לופֿטפֿלאָט קאַריערע ==
אילן רמון איז געווען אַ קאָלאָנעל ([[העברעאיש]]: ''אלוף משנה'') און קריגס-פּילאָט אינעם ישראלישער לופֿטפֿלאָט, מיט טויזנטער שעה'ס פֿלי געניטשאַפֿט. אין 1974 האָט ער גראַדואירט אַלס אַ פּילאָט פֿונעם ישראל לופֿטפֿלאָט פֿלי-אַקאַדעמיע.
 
אין 1981 איז ער געווען דער יונגסטער פּילאָט וואָס האָט באַטייליקט אין [[אפעראציע אפערע|אָפּעראַציע אָפּערע]], די ישראלישע אַטאַקע קעגן [[איראק|איראַק]]'ס נישט-פֿאַרטיקער [[נוקלעארער רעאקטאר|נוקלעאַרער רעאַקטאָר]] "אָסיראַק". ווען דער אַפּראַט איז צעשטערט געוואָרן, צען איראַקער סאָלדאַטן און איינער פֿראַנצויזער פֿאָרשער זענען אומגעקומען.
 
נאָך ער האָט געלערנט ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט האָט ער געדינט אַלס דעפּוטעט עסקאַדראָן קאָמאַנדיר A, עסקאַדראָן 119, אין וועלכע ער האָט געפֿלויגן דער F-4 פֿאַנטאָם (1988 - 1990). אין 1990 האָט ער באַטייליקט אינעם עסקאַדראָן קאָמאַנדירן קורס, און ביז 1992 איז ער געווען קאָמאַנדיר פֿון עסקאַדראָן 117 מיטן F-16. אין 1994 איז ער געוואָרן קאָלאָנעל און באַשטימט געווען אַלס שעף פֿונעם געצייג-דעפּאַרטמענט. ער האָט געבליבן אינעם ראָלע ביז 1998.
 
רמון האָט אַקומולירט מער ווי 3,000 פֿלי שעה'ן אין די עראָפּלאַנען A-4, מיראַזש III-C און F-4, און מער ווי 1,000 שעה'ן אינעם F-16.
 
== ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט ==
דער לופֿטפֿלאָט האָט דערוויילט רמון צו ווערן דער ערשטער ישראלדיקער אַסטראָנויט, נאָך אַן אָפּמאַך צווישן ישראל און די פֿאַראײניקטע שטאַטן אין 1995 צו אייַנפֿאַסן אַן ישראלי אין אַ קאָסמאָס פֿלוג פֿון [[NASA]]. די [[ישראלישע קאסמאס אגענטור|ישראלישע קאָסמאָס אַגענטור]] האָט זיך געווענדט צום לופֿטפֿלאָט מיט אַ באַפֿעל צו קלייבן דער באַטייליקטער, און אין 1997 איז רמון דערוויילט געוואָרן. אין 1998 האָט רמון זיך איבערגעקליבן צום אַסטראָנויטן-טרענירונג אַפּראַט אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן צוזאַמען מיט זיין משפחה - זיין ווייב [[רונה רמון|רונה]] און זייערע פֿיר קינדער. רמונ'ס טרענירונג איידער דער פֿלוג איז באַשערט געווען צו דויערן בערך אַ יאָר, אָבער NASA האָט אַ סאַך מאָל דחה געווען די צעשיקונג פֿון קאָלאָמביע.
 
אין זיין ראָלע ביים מיסיע STS-107 האָט רמון באַטייליקט אינעם אויספֿיר פֿונעם ישראלישער שטויב עקספּערימענט, וואָס איז פּלאַנירט געוואָרן ביים תל אַביבער אוניווערסיטעט צו פֿאָרשן דער אויסווירק פֿון זאַמד-שטורעמס אויפֿן [[מיטל מזרח]], און אויך אַנדערע עקספּערימענטן אין ביאָלאָגיע און פֿיזיק.
 
איידער זיין רייזע איז רמון אינטערעסירט געווען ווי צו מקיים זיין מצוות אין קאָסמאָס. ווען ער האָט געפֿרעגט וועגן שמירת שבת אין קאָסמאָס האָבן רבנים געענטפֿערן אַז ער דאַרף ציילן זעקס פּעריאָדן פֿון 24 שעה'ן און מקיים זיין שבת ביים זיבנטער פּעריאָד, אַזוי ווי די הלכה-פֿירונג ביי די פּאָלן וואו דער זון שיינט נישט פֿאַר אַ סאַך מאָנאַטן.
 
נאָך אַ סאַך אָפּלייגן פֿון די צעשיקונג איז קאָלאָמביע געשיקט געווען דעם 16טן יאַנואַר 2003 פֿונעם [[קענעדי קאסמאס צענטער|קענעדי קאָסמאָס צענטער]] צו אַ 16 טעג מיסיע אין קאָסמאָס.
 
דעם 1טן פֿעברואַר 2003 איז רמון אומגעקומען צוזאַמען מיט די זעקס אַנדערע מאַנשאַפֿט מיטגלידער ווען די שאַטל איז זיך צעפֿאַלן ביים צוריקקומען אינעם ערד'ס אַטמאָספֿער. די סיבה פֿאַרן אַקצידענט איז געווען אַ טייל פֿון איזאָלירונג שוים וואָס איז געבראָכן בעת די צעשיקונג און האָט געקלאַפּט די היץ-באַשיצונג קאַכלס אויפֿן לינקער פֿליגל פֿונעם שאַטל. ביים צוריקקומען אינעם אַטמאָספֿער האָט דער באַשעדיקטער פֿליגל זיך צעהיצט און איז צולעצט געבראָכן, וואָס האָט צעשטערט די גאַנצע שאַטל.
 
== וועבלינקען ==
שורה 9 ⟵ 36:
* [http://www.spacefacts.de/bios/international/english/ramon_ilan.htm ביאָגראַפֿיע פֿון אילן רמון ביי Spacefacts] {{לינקשפראך|ענגליש}}
* [http://www.aish.com/jewishissues/israeldiary/Ilan_Ramons_Diary.asp סעגמענטן פֿון אילן רמונ'ס טאָגבוך] {{לינקשפראך|ענגליש}}
 
{{ביא-שטומף}}
 
{{DEFAULTSORT:רמון, אילן}}